ⓘ יהושע האלבערשטאם. רבי יהושע איז געבוירן אין יאר התרלח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פ ..

                                     

ⓘ יהושע האלבערשטאם

רבי יהושע איז געבוירן אין יאר התרל"ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

                                     

1. רבנות

אין יאר התרס"ט נאך דער פטירה פון זיין שווער הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין איז רבי יהושע געווארן רב אין דאלינא. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער אנטלאפן קיין האלמין, אונגארן, אין יאר התרפ"ב איז ער צוריק געקומען קיין דאלינא.

                                     

2. הסתלקות

ווען די נאציס ימ"ש האבען געפירט רבי יהושע צום הרגענען האט ער זיך אויסגעבעטן מזאל אים לאזן זאגן נשמת, ער האט זיך איינגעהילט אין זיין טלית און געזאגט נשמת מיט א אויסגעגאסן הארץ, ווען ער האט געענדיגט האבען זיי אים אומגעבראכט, הי"ד.

                                     

3. פאמיליע

רבי יהושע האט געהייראט מרת רבקה אן איינציגע טאכטער בת יחידה פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין, רב אין דאלינא. זייערע קינדער:

  • מרת לאה, די ווייב פון הרב זאב טווערסקי, א זון פון רבי פיניעלע אוסטילער.
  • הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם.
  • הרב אברהם האלבערשטאם.
  • מרת חנה עלקא.
  • הרב חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם, רב אין סלאטפינא.
                                     
  • רבי חיים יהושע האלבערשטאם זצ ל ה תרע ב - ג כסלו ה תש ג פון באבאוו. רבי חיים יהושע איז געבוירן אין באבאוו אין יאר ה תרע ב, צו זיין פאטער הרב בן - ציון
  • אמעריקע הרב חיים יהושע האלבערשטאם רבי ברוך דוד האלבערשטאם ער האט געהייראט מרת עכסא א טאכטער פון רבי חיים מייזליש. רבי משה יהושע האלבערשטאם רבי בן - ציון דוב
  • ר חיים יושע האלבערשטאם איז דער סאטמארער רב פון מאנסי, ער איז אן איידעם פון ר משה טייטלבוים, אןן א זון פון הרב ר יעקב יוסף האלבערשטאם דער רב פונעם ביהמ ד
  • יעקב יוסף האלבערשטאם איז דער רב פון ביהמ ד בית חיים יהושע אויף דער 17טער גאס אין בארא פארק. ער איז דער פאטער פון רבי חיים יהושע האלבערשטאם אב ד סאטמאר
  • יקותיאל יהודה האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע האלבערשטאם רב אין באכניא א זון פון הרב אשר מאיר האלבערשטאם רב אין באכניא. י ג אורות - סיפורים דערציילט
  • חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פריידא א טאכטער פון הרב יחיאל העשיל פון קריליוויטש, אן איידעם פון מיטעלער בעלזער רב הרב יהושע רוקח
  • טאכטער פון הרב צבי אלימלך רוקח. זייערע קינדער: מרת רבקה רחל הרב יצחק יהושע האלבערשטאם מרת מרים ברכה מרת מרים רבקה, די ווייב פון הרב צבי אלימלך טייטלבוים
  • באבוב ער רבי ן רבי נפתלי צבי האלבערשטאם וואס האט קיין זון נישט איבערגעלאזט נאר צוויי איידעמעס: דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין און דער צווייטער רבי
  • פון אוסטילה בזיווג שני האט רבי בצלאל יהושע געהייראט מרת גיטשא די יונגסטע טאכטער פון צאנזער רב, הרב חיים האלבערשטאם זייערע קינדער: הרב חיים מאשקאוויטש
  • אידן. דער פני יהושע ווערט וואונדערליך געראטעוועט. ה תרמ ז - רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון סקווירא ה תש ג - רבי חיים יהושע האלבערשטאם פון באבאוו