ⓘ צבי מנחם פון האניפאלי. אלס יונגערמאן האט רבי הערש מענדל געוואוינט אין בראד, דארט האט רבי הערש מענדל זיך געדרייט ביי רבי מיכלע זלאטשעווער וועלכער האט דאמאלטס געו ..

                                     

ⓘ צבי מנחם פון האניפאלי

אלס יונגערמאן האט רבי הערש מענדל געוואוינט אין בראד, דארט האט רבי הערש מענדל זיך געדרייט ביי רבי מיכלע זלאטשעווער וועלכער האט דאמאלטס געוואוינט אין בראד.

אויך איז רבי הערש מענדל געווען א תלמיד פון הרב משה סופר פון פשעווארסק דער פארפאסער פון ספר אור פני משה, רבי הערש מענדל שרייבט אויף זיין רבין, ווען ער האט געשריבען זיין ספר איז א פלאם פייער ארויס געקומען פון זיינע געשריבענע אותיות.

נאכהער איז רבי הערש מענדל געווען רב אין האניפאלי, קארט האט ער געפירט זיין רביסטעווע, אין זיינע לעצטע יארן האט ער געוואינט אין דינאוויץ.

                                     

1. הסתלקות

רבי הערש מענדל איז נפטר געווארן כ"ח טבת התקע"ד, איין וואך נאך זיין יונגערן ברודער, און ער ליגט אין דינאוויץ

אין יענע צייט איידער רבי הערש מענדל איז נפטר געווארן, האט געדארפט ארויסקומען די גזירה פון נעמען קינדער אין מיליטער האט רבי הערש מענדל געזאגט, אויב אזוי וויל ער נישט בלייבן לעבן. האט זיין רביצין מרת סימא געזאגט אז אויך זי וויל שוין נפטר ווערן פון דער וועלט. האט רבי הערש מענדל געזאגט: דו וועסט נאך לעבן צען יאר.

אזוי איז געווען, רבי הערש מענדל איז דעמאלטס נפטר געווארן און זי ערשט צען יאר שפעטער.

                                     

2. פאמיליע

רבי הערש מענדל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת לאה א טאכטער פון הרב משה איווניצער, א תלמיד פון הרב יעקב שמשון פון שעפעטיווקע. זייערע קינדער:

  • הרב אלימלך ער האט געהייראט זיין שטיף שוועסטער, מרת אדל ליבא א טאכטער פון רבי הערש מענדלס צווייטע פרוי מרת סימא פון איר ערשטן זיווג.

נאך איר פטירה האט רבי הערש מענדל געהייראט בזיווג שני מרת סימא א טאכטער פון הרב דוב בער פון אוליאנאוו, א זון פון הרב צבי הערש, א זון פון דעם בעל שם טוב. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל מיכל אוערבאך פון קירעמא, ממלא מקום פון פאטער אין דינאוויץ, שפעטער געוואוינט אין קירעמא, אונגארן
  • די ווייב פון הרב יוסף א זון פון אור המאיר.