ⓘ יחיאל מיכל, אווערבוך. רבי מיכלע איז געבוירן אין יאר התקמה, צו זיין פאטער הרב צבי מנחם פון האניפאלי, באקאנט אלס רבי הערש מענדל, א זון פון הרב משולם זוסיא אוערבאך ..

                                     

ⓘ יחיאל מיכל (אווערבוך)

רבי מיכלע איז געבוירן אין יאר התקמ"ה, צו זיין פאטער הרב צבי מנחם פון האניפאלי, באקאנט אלס רבי הערש מענדל, א זון פון הרב משולם זוסיא אוערבאך פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר זושא. און צו זיין מוטער מרת סימא א טאכטער פון הרב דוב בער פון אוליאנאוו, א זון פון הרב צבי הירש, א זון פון דעם בעל שם טוב.

                                     

1. רבנות

אין יאר התקע"ד נאך דער פטירה פון זיין פאטער רבי הערש מענדל, איז רבי מיכלע אין עלטער פון דרייסיג יאר, אויפגענימען געווארן אלס רב אין דינאוויץ, פאדאליע, אין דער רוסלענדישער אימפעריע היינט אוקראינע אויף זיין פאטערס ארט, און ווייטער אנגעפירט מיט זיין רביסטיווע.

רבי מיכלע איז געווען א תלמיד פון הרב ישראל פרידמאן, דער ריזשינער.

איינמאל ווען רבי מיכלע איז געווען ביים ריזשענער אין סאדיגורא אויף שבת, האט פרייטאג צו נאכטס אינמיטן דער סעודה דער ריזשינער אים אריינגערוימט אין אויער, "ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, וועל איך מיך מתדיין זיין מיט מיינע עלטערען פארוואס זיי האבן אראפגעברענגט אזא הייליגע נשמה ווי איך, אין אזא דור השפל".

דעמאלטס ווען מען האט ארעסטירט דעם ריזשינער האט מען אויך ארעסטירט רבי מיכלע, דער ריזשינער איז שפעטער באפרייט געווארן צייטווייליג, און האט געמוזט אנטלויפן פון רוסלאנד. רבי מיכלע איז געזעסען צוויי יאר אין געפענגעניש. אין ענדע האבן די רשעים אים פאראורטיילט צו פארשיקן קיין סיביר. די חסידים האבן זיך מוסר נפש געווען, און אים געראטעוועט. זיי האבן אינטערגעשמירט א באנדע רויבער, וועלכע זענען באפאלן די וועכטער, ווען זיי זענען דורך געפארן אין וואלד קיין סיביר. נאך א קורצן קאמף איז זיי געלונגען אים צו באפרייען. און אים אריבער געשווערצט קיין אונגארן, ווי ער האט זיך באזעצט אין קירעמא. נישט ווייט פון בארדיוב-בארטפעלד.

                                     

2. פאמיליע

רבי מיכלע האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק האלבערשטאט רב אין קאנסטאנטינין, אן אייניקל פון רבי יעקב עמדין און דער חכם צבי. פון זייערע קינדער:

  • הרב משולם זוסיא אויערבאך רב אין טאלמיטש, ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שטערנא רחל א טאכטער פון הרב יעקב ישראל טווערסקי רב אין טשערקאס.
                                     
  • טאלמיטש. רבי זושא איז געבוירן אין יאר ה תקע ט, צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל אווערבוך פון קירומא, באקאנט אלס רבי מיכל ע קירומער, א זון פון הרב צבי מנחם
  • ה תק י - כ ח טבת ה תקע ד פון אניפאלי, א זון פון רבי ר זושא. הרב יחיאל מיכל אווערבוך פון קירעמא, אונגארן. די ווייב פון הרב יוסף א זון פון אור המאיר. הרב