ⓘ ראשי ישיבות ..

עזריאל חיים גאלדפיין

הרב עזריאל חיים גאלדפיין איז געווען דער ראש ישיבה פון דער ישיבה גדולה אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע. עזריאל חיים גאלדפיין איז געבוירן אין מינעסאטע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אין יאר תרצ"צו זיין פאטער ברוך גאלדפיין. הרב גאלדפיין האט געלערנט אין דער טעלזשער ישיבה אין קליוולאנד, און ער איז געווען א תלמיד מובהק פונעם טעלזשער ראש ישיבה, הרב מרדכי גיפטער. ער איז געקומען קיין דרום אפריקע אין יאר תשל"ג צו ווערן א מגיד שיעור אין ישיבת בית יצחק, א גרויסע תלמוד תורה אין יאהאנעסבורג. שפעטער האט ער אויפגעשטעלט די ישיבה גדולה אין יאהאנעסבורג, וואו ער איז געבליבן אלס ראש ישיבה עד סוף ימיו. דער היינטי ...

ירחמיאל צבי האלפערט

רבי ירחמיאל צבי האלפערט כ"ו סיון תשכ"ב - כ"ו חשוון תשע"ד איז געווען נשיא פון דער אהבת תורה ישיבה, און איינער פון די ראשי כולל פונעם דברי אברהם פינטערס כולל אין לאנדאן. ער האט מחבר געווען די ספרים תפארת צבי אויף מסכתות הש"ס און מועדים.

אברהם יוסף ראזענבלום

הרב אברהם יוסף ראזענבלום איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבה שערי יושר אין בארא פארק. ער איז נפטר געווארן אום אחרון של פסח תשע"ז און ער איז באערדיגט געווארן אין וויזשניצער בית החיים אין מאנסי נעבן זיין שווער הרב דעוויס ראש ישיבת מאונטענדעיל ז"ל.

נפתלי שטערנבוך

הרב נפתלי שטערנבוך איז געווען דער ראש ישיבה פון דער לוצערנער ישיבה אנגעהויבן פון אלול תשע״ה. ער האט געהייראט רביצין שולה בערנשטיין. ער איז א תלמיד פון הרב משה שמואל שפירא ראש ישיבת באר יעקב און פון הרב שלמה וואלבע משגיח פון ישיבת באר יעקב. הרב שטערנבוך איז געווען א מגיד שיעור איבער 30 יאר אין דער לוצערנער ישיבה. אין אלול תשע״ה ווען רבי משה קאפלמאן האט זיך אפגעטיילט פון דער ישיבה איז ער נתמנה געווארן ראש ישיבה במקומו מיטן שטיץ פון הרב ישראל דוד שלעזינגער, א תלמיד מובהק פונעם ראש ישיבה רבי יצחק דוב קאפלמאן זצוק״ל.

                                     

ⓘ ראשי ישיבות

  • א ראש ישיבה פארנעמט גאר א חשובער שטעלונג ער שטייט אין שפיץ פון דער ישיבה און דאס איז א פאסטן פון כבוד און איינפליס. ביי די ליטווישע זענען זיי גלייך ווי
  • האבן די ר יעקבניקעס געהאט די אויבערהאנט. דורכאויס די יארן האבן אלס ראשי ישיבות דארט געדינט: רבי שלמה היימאן רבי ראובן גראזאווסקי רבי אליהו חזן רבי גדליה
  • געווען דער גרינדער פון דער סלאבאדקער ישיבה כנסת ישראל פון די גרעסטע ראשי ישיבות אין ליטע און אין ארץ ישראל, און איינער פון די פירער פון דער מוסר באוועגונג
  • קבלה. די ישיבה איז פאפולער און בולט אלס אזא וואס האט ארויסגעגעבן גרויסע ראשי ישיבות די ישיבה האט געעפענט אין 1906 ה תרס ו דורך הרב חיים יהודה לייב אויערבאך
  • ה תשי ז, 1956, ירושלים ישראל איז געווען א מקובל און א דרשן, איינער פון די ראשי ישיבות פון פורת יוסף אין ירושלים. ער האט חתונה געהאט מיט מלכה, און זיינע זין
  • רבי דוד שוסטא ל געבוירן תמוז תש ז איז איינער פון די פיר ראשי ישיבות פון דער לייקוואוד ישיבה. ער איז אן איידעם פונעם פריערדיגן ראש ישיבה, רבי שניאור
  • תפרח און פאנאוועזש. היינט לערנען אין דער ישיבה עטלעכע 300 בחורים. די ראשי ישיבות זענען הרב בונים שרייבער און הרב אברהם קאפלאן, זון פונעם משגיח. די ר מים
  • קעלם, איז געווען דער בית - היוצר פון תורת - המוסר פאר אנדערע ישיבות דער רוב גרויסע ראשי - ישיבות און מרביצי - תורה פון לעצטן יארהונדערט אין ליטע זענען געווען
  • דאס געווען פאר די שניט אום תשרי און די פלאנצן אום ניסן. די ליטווישע ראשי ישיבות האבן נישט געוואלט קאליע מאכן די אלול ווינט, האבן זיי געמאכט בין הזמנים
  • חשבסטע ליטווישע ישיבות היינט צוטאגס. הרב יוסף שלמה כהנעמאן האט געגרינדעט די ישיבה אין דער שטאט פאנעוועזש אין ליטע. די ערשטע ראשי ישיבות זענען געווען רבי
  • פון די חשובע ליטווישע ישיבות אין אמעריקע. דער צענטראלער קאמפוס פון דער ישיבה געפינט זיך אין אווערברוק, פילאדעלפיע. די היינטיקע ראשי ישיבה זענען הרב שמואל
                                     

ראש ישיבה

א ראש ישיבה פארנעמט גאר א חשובער שטעלונג ער שטייט אין שפיץ פון דער ישיבה און דאס איז א פאסטן פון כבוד און איינפליס. ביי די ליטווישע זענען זיי גלייך ווי די רעבעס ביי חסידים.

                                     

משה קאפלמאן

הרב משה איז א זון פון הרב יצחק דוב קאפלמאן, דער לאנגיעריגער ראש ישיבה פון דער לוצערנער ישיבה, נאך זיין טאטעס הסתלקות אום י ד סיון תשע א איז ער נתמנה געווארן ראש ישיבה במקומו. אין אלול תשע״ה האט זיך רבי משה אפגעטיילט פון דער ישיבה און געעפנט א נייע ישיבה אין לאנדאן, מיטנעמנדיג מיט זיך אסאך תלמידים. דער לאנגיעריגער מגיד שיעור הרב נפתלי שטערנבוך איז נתמנה געווארן ראש ישיבה במקומו.