ⓘ ישיבות ..

אור יקר

אור יקר איז א ישיבה פאר בעלי תשובה אין צפת העכער די מקוה פון ארי הקדוש אויפן שפיץ בארג. דער ראש ישיבה איז ר ירמי כהן און איז אנטוויקלט אין א מיאוסער געראנגל מיט די לאקאלע ברסלב קהילה און זאגט פאר זיינע תלמידים נישט צו זיין קיין ברסלב חסידים וואס די ספרדים ווערן זייער פארכאפט אין ברסלב לעבנסשטייגער צוליב איר ציאונג פון ארבייטן אין עבודת ה קעגן ייאוש.

אור שמח

מאנסי, ניו יארק. מיאמי, פלארידע. דעטרויט, מישיגען.

בית מדרש עליון

בית מדרש עליון איז א ישיבה אין מאנסי, נוא יארק, געגרינדעט דורך ר שרגא פייוול מענדלאוויטש דער מייסד פון תורה ודעת. אין הת"ש לפ"ק, איז ר אהרן קאטלער און ר ראובן גראזאווסקי זי"ע און נאך, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ר אהרן איז תיכף אריינגעשפרינגען אין פילע הצלה אקטיוויטעטן צו ראטעווען יידן על אדמות אייראפע. אין יאר התש"ג, ווען ער האט אויפגעגעבן אויף הצלת יהדות אייראפע, האט רבי אהרן געגרינדעט א כולל, לכתחילה אין קאנעטיקעט, און שפעטער האט ער אים אריבער געפירט קיין לעיקוואד. ר אהרן האט זיך פארבינדן מיט רבי שרגא פייוויל מענדלאוויטש, וואס האט געהאט זיין אינסטוטוציע "אש דת", וואו ער האט מחנך געווען ...

ישיבת חובבי תורה

ישיבת חובבי תורה איז א "מאדערנע אפענע ארטאדאקסיע" ישיבה, געגרינדעט אין 1999 דורך רבי אבי ווייס. עס געפינט זיך אין ריווערדעיל, ניו יארק, און זיין מיסיע איז צו ערצייגן און אהערשטעלן רבנים מיט די וויזיע און פילאסאפיע פון די גרינדער, נעמליך "אפענע ארטאדאקסיע". אירע שטיצער זאגן אז חובבי תורהס ציל איז זיך צו האלטן אפגעבינדען צו אידישע הלכה, און אין די זעלבע צייט זיין גענצליך אפן צום מאדערנעם קולטור און צו די ברייטערע אידישע קהילה א.ג. רעפארמער און קאנסערוואטיוון, אזוי אויך זיין מער סענסעטיוו צו היינטיגע אישוס. די ראש ישיבה איז רבי דוב לינזער, א תלמיד חכם און א פוסק.

ישיבת רבינו יצחק אלחנן

ישיבת רבינו יצחק אלחנן איז דער אפטיילונג פון ישיבה אוניווערסיטעט פאר לימודים אין תלמוד, הלכה, און אידישקייט אנגעלעגנהייטן. זי געפינט זיך אין מאנהעטן, ניו יארק. זי איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע פרומע בעלי בתים בערך התרנ"ו, נאכדעם וואס די תלמידים פון דעם חדר עץ חיים געגרינדעט תרמ"ו האבן זיך געעלטערט און עס איז געווארן א נויט פאר א ישיבה. זי הייסט אויפן נאמען פון רבינו יצחק אלחנן ספעקטאר וואס איז נפטר געוארן אין יענעם יאר. די ישיבה איז שפעטער געווארן, אינאיינעם מיט דעם ניי-געגרונדעטן ישיבה קאלעדזש, דער צענטראלער חלק פון ישיבה אוניווערסיטעט, ווען עס איז געגרינדעט געווארן אין התרפ"ז.

לוצערנער ישיבה

רבי משה סאלאווייטשיק האט געגרינדעט די ישיבה אין לוגאנא, שווייץ אין תשי"ב. אין אייר תשי"ב האט די ישיבה זיך געצויגן קיין לוצערן. די ערשטע געביידע פון דער ישיבה איז געווען דער בראמבערג שלאס. ווען הרב סאלאווייטשיק איז אוועק פון דער ישיבה צו וואוינען אין ציריך, האט מען געברעגנט רבי יצחק דוב קאפלמאן פון קאפעלן צו ווערן ראש ישיבה. אין טבת תשכ"ח האט מען געעפנט די נייע געביידע פון דער ישיבה אין קרינס, לוצערן. במשך די יארן האבן געלערנט אין דער ישיבה קרוב צו 5000 תלמידים. אין אלול תשע״ה האט זיך דער ראש ישיבה רבי משה קאפלמאן אפגעטיילט פון דער ישיבה און האט מיטגענומען מיט זיך אסאך תלמידים פון דער ישיבה ...

                                     

ⓘ ישיבות

  • האבן געוואוינט. אין דער וואלאזשינער ישיבה האבן געלערנט בחורים וואס זענען געקומען קיין וואלאזשין פון דערווייטענס צו לערנען אין דער ישיבה. ליסטע פון ישיבות
  • גענוצט און קאלעזשעס, ישיבות און די מיליטער. אסאך ישיבות האבן א פלאץ ווי בחורים שלאפן ווען זיי זענען אין א ישיבה אוועק פון שטוב. רוב ישיבות וועלכע נעמען אריין
  • חשבסטע ליטווישע ישיבות היינט צוטאגס. הרב יוסף שלמה כהנעמאן האט געגרינדעט די ישיבה אין דער שטאט פאנעוועזש אין ליטע. די ערשטע ראשי ישיבות זענען געווען רבי
  • בין הזמנים איז צווישן די רעגולערע זמנים אינעם סדר פון ישיבות די פעריאדע ווען ישיבות זענען פארמאכט און די בחורים תלמידי הישיבה געפינען זיך אויף דאטשע
  • געווארן אין תש ל 1970 איז א חרדישע ישיבה בעיקר פאר בעלי תשובה. זיי האבן ישיבות איבער דער גארער וועלט. ירושלים, דער צענטאראלער צענטער און ישיבה. מאנסי
  • תלמידים צו גיין שטודירן אין קאלעדזש, עפעס וואס איז פארבאטן אין רוב חרדישע ישיבות היינט צו טאגס. אין 1922 איז ר שרגא פייוול מענדלאוויטש גערופן געווארן צו
  • מיט נאכאנאנדיגער אנהאלטענדער עקשנות דיגער המשכיות ביז מען טוט דאס דורך און מען גרייכט אין לשון קודש פאר די בני ישיבות ווערט דאס אנגערופן התמדה זריזות.
  • רבנן סבוראי, ווען מען האט אזוי באטיטלט דעם ראש ישיבה פון די צוויי הויפט ישיבות אין בבל, סורא און פומבדיתא, וואו עס איז אין יענער תקופה געווען די הויפט
  • וואס איז פריער געווען משגיח אין די ישיבות בית מתתיהו און קול תורה. די ישיבה האט אנגעהויבן מיט 50 בחורים פון די ישיבות אור ישראל, תפרח און פאנאוועזש. היינט
  • סבוראים אדער רבנן סבוראי זענן די חכמים פון די ישיבות בבל פון די סוף תקופת אמוראים ביז די גאונים. דער טיטל שטאמט פון תלמוד ירושלמי, מסכת קידושין, וואס איז