ⓘ אביגדור צבי האלבערשטאם. רבי אביגדור צבי איז געבוירן אין יאר התרמד, צו זיין פאטער הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב משה האלבערשטאם, רב אין ..

                                     

ⓘ אביגדור צבי האלבערשטאם

רבי אביגדור צבי איז געבוירן אין יאר התרמ"ד, צו זיין פאטער הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

                                     

1. רבנות

אין יאר התרס"ד ווען זיין פאטער איז אריבער קיין בארדיאוו, איז רבי אביגדור צבי געווארן רב אין אלט-צאנז אויף זיין פאטערס ארט. נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר התרצ"ג האט מען אופגענימן רבי אביגדור צבי רב אין בארדיאוו.

                                     

2. פאמיליע

רבי אביגדור צבי האט געהייראט א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין גריבאוו, א זון פון זיין עלטער-פעטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב. זייערע קינדער:

  • הרב בן-ציון האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת פייגא ביילא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ דער צווייטער, רב אין לינסק.
                                     

3. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד