ⓘ אברהם אביש האלבערשטאם. רבי אברהם אביש איז געבוירן אין יאר התרנד, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער ..

                                     

ⓘ אברהם אביש האלבערשטאם

רבי אברהם אביש איז געבוירן אין יאר התרנ"ד, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רוחמה די טאכטער הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

                                     

1. פאמיליע

רבי אברהם אביש האט געהייראט מרת רייזא רחל, א טאכטער פון הרב חנוך הענך פריינד רב אין אינטערדאם, א זון פון הרב אברהם יהושע פריינד, דער נאסאדער רב. זייערע קינדער:

  • ריזשא רחל הי"ד.
  • קראסעל הי"ד.
  • הרב חיים האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון הרב משה יהודה עהרענרייך, רב אין שארמשאג, א זון פון הרב שלמה זלמן עהרענרייך רב אין שאמלוי, הי"ד.
  • רוחמה הי"ד.
  • מרת גיטל הי"ד.
  • הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת פעסיל הי"ד.
  • מרת יטל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל אליעזר מאטיאש.
  • הרב אלימלך האלבערשטאם הי"ד.
  • הרב משה אריה האלבערשטאם, נאסאדער רבי אין ניו יארק.