ⓘ חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים. רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים, אויך געשריבן רבי חנניה יו״ט ליפא טייטלבוים, רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער ״קדושת יום טוב״. ..

                                     

ⓘ חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים

רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים, אויך געשריבן רבי חנניה יו״ט ליפא טייטלבוים, רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער ״קדושת יום טוב״.

                                     

1. אפשטאם

רבי חנניה יו"ט ליפא איז געבוירן צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ״ייטב לב״, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ״ישמח משה״, און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.

                                     

2. רבנות

אין יאר התרכ"ד איז רבי חנניה יו"ט ליפא אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש, ער איז געווען דארט רב ניינצן יאר. אין יאר התרמ"ג האט ער איבערגענומען דאס רבנות און רביסטעווע פון סיגעט.

                                     

3. פאמיליע

רבי חנניה יו"ט ליפא האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנשה רובין, רב אין ראפשיץ.

בזיווג שני האט ער געהייראט מיט א היתר מאה רבנים מרת חנה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

  • הרב חיים צבי טייטלבוים התר"ם- ו שבט התרפ"ו, ממלא מקום פון פאטער, רב אין סיגעט.
  • הרב יואל טייטלבוים י"ז טבת התרמ"ז - כ"ו מנחם אב התשל"ט, רב אין ארשעווע און סאטמאר.
  • מרת אסתר, די ווייב פון הרב חנוך העניך דוב מייער ג אלול התרמ"ד - ז חשוון התש"ג, רב אין סאסאוו און קערעצקי.
  • מרת העסיא, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב ניסן טייטלבוים, בזיווג שני די ווייב פון הרב חיים מאיר יחיאל הורוויץ הי"ד התרל"ט - ד אלול התש"ב, רב אין ריינזשאוו, א זון פון ישראל הורוויץ, דזשיקאווער רב פון מעליץ.
  • מרת שרה די ווייב בזיווג שני פון הרב דוד שפירא ה שבט התרל"ז - כ"ט שבט התרפ"ד, רב אין בוקאווסק.
                                     

4. ממלא מקומו

נאך דער פטירה פונעם קדושת יו"ט אין יאר תרס"ד, האט זיין עלצטער זון רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער עצי חיים ממלא מקום געווען, דער עצי חיים איז געווען דער פאטער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ר משה טייטלבוים זצ"ל נפטר תשס"ו. ווען דער עצי חיים איז אין יונגען עלטער פון 46 פלוצלינג נסתלק געווארן האט זיין זון רבי יקותיאל יהודה הי"ד, וואס איז נאך דעמאלטס געווען א בחור פון 14 יאר, ממלא מקום געווען דאס רבנות אין סיגעט. ער איז געווען דארט רב ביז דער דעפארטירונג, אייר תש"ד.