ⓘ חיים צבי טייטלבוים. רבי חיים צבי איז געבוירן אין טעטש, אונגארן, אין יאר התרם, צו זיין פאטער הרב חנניה יוט ליפא טייטלבוים, רב אין סיגעט, א זון פון הרב יקותיאל יה ..

                                     

ⓘ חיים צבי טייטלבוים

רבי חיים צבי איז געבוירן אין טעטש, אונגארן, אין יאר התר"ם, צו זיין פאטער הרב חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, רב אין סיגעט, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער "ייטב לב", א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער "ישמח משה". און צו זיין מוטער חנה א טאכטער פון הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.

אלס בחור איז ער געפארן צום "בית יצחק" צו באקומען ביי אים היתר הוראה. ווען דער בית יצחק האט אים געפרעגט זיין נאמען, האט ער געענפערט "חיים הירש טייטלבוים" אן צו זאגן אז ער איז א זון פונעם סיגעטער רב. דער בית יצחק האט אים פארהערט און געשריבן פאר אים א היתר הוראה. ארויסגייענדיג פון שטוב, האט דער בית יצחק אים באגלייט צו דער טיר, וואו ער האט געזען א ייד שטיין. האט ער אים געפרעגט וואס ער וויל, האט יענער געענטפערט "כבין דער גבאי פון חיים צבי", האט דער בית יצחק צוריקגעפרעגט, "און ווער איז חיים צבי?", ענטפערט אים דער גבאי "דאס איז דעם סיגעטער רבינס זון". הערנדיג דאס האט דער בית יצחק גערופן חיים צבי ער זאל אים צוריקגעבן די היתר הוראה, ווייל ער וויל שרייבן פאסנדיג פארן סיגעטער רבינס זון. אבער חיים צבי האט אנגרופן אז ער איז געקומען נעמען היתר הוראה פאר זיך, און נישט פאר זיין פאטער.

                                     

1. פאמיליע

רבי חיים צבי האט געהייראט מרת סימא ברכה, א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם רב אין ראצפערט, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. פון זייערע קינדער:

זיי האבן געהאט 14 קינדער נאר 2 קינדער און 2 אייניקלעך האבן איבערגעלעבט די חורבן אייראפע:

  • הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד התרע"ב - כ"ה אייר התש"ד, ממלא מקום פון פאטער, רב אין סיגעט.
  • הרב משה טייטלבוים התרע"ה - כ"ו ניסן התשס"ו, רב אין זענטא, סיגעטער רב אין אמעריקא, נאכהער געווארן סאטמארער רבי.
  • מרת רויזא בלומא הי"ד - ג שבט התש"ב, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון ציעשינאוו, א זון פון הרב שמחה ישכר בער האלבערשטאם, רב אין ציעשינאוו.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם הי"ד התרנ"ט - ב סיון התש"ג, רב אין סלאטפינא.
  • מרת העסיא, די ווייב בזיווג שני פון הרב חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם הי"ד התרנ"ט - ב סיון התש"ג, רב אין סלאטפינא.
  • מרת פעסיל הי"ד, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם ד שבט התרס"ה - ט תמוז התשנ"ד, רב אין קלויזענבורג און אין קרית צאנז,
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב יחיאל יהודה אייזיקסאן פון אחוזה, חיפה
  • הב יחיאל מיכל הי"ד
  • גיטל יהודית, נפטר יונגערהייט
  • הב משולם זוסיא הי"ד
  • חנניה יו"ט ליפא, נפטר אלס קינד
  • מרת יוכבד, די ווייס פון רבי יוחנן טווערסקי, זון פון רבי פיניעלע אוסטילער