ⓘ מצוות און מנהגים ..

אבל

א אָבל איז איינער וואס טרויערט אויף א נאענטן וואס איז געשטארבן. די פעריאד איז פון ווען מען באגראבט דעם נפטר ביז דרייציק טעג, און פאר א פאטער אדער א מוטער א יאר. בעפארן באגראבן הייסט מען אן אונן.

אויפרוף

אויפרוף אדער אויפרופן אדער באווארפן איז די עליה צו דער תורה וואס מען רופט אויף א חתן דעם שבת פאר דער חתונה. אפטמאל גיט מען אים מפטיר. דעם שבת פונעם אויפרוף ווערט גערופן דער אויפרוף שבת אדער שבת באווארפן. נאך דעם חתןס עליה זינגט מען דעם פייט וואס הייבט אן מיט "אחד יחיד ומיוחד" און בשעת דעם זינגען איז דער מנהג אז די ווייבער באווארפן דעם חתן מיט פעקלעך פון ראזשינקעס, מאנדלען און צוקערלעך, כדי אז דאס לעבן פון דעם נייעם צוקונפטיגן פארפאלק וואס וועט באלד שטיין אונטער דער חופה, זאל זיין זיס. עס ווערט גערופן באווארפן ווייל די פרויען באווארפן אים מיט פעקלעך.

אלטקייט

אלטקייט אדער די עלטער איז ווען א זאך אדער מענטש ווערן אלט, דאס איז די פארקערטער פון ניי. ביי עלטערע מענטשן פאסירן פיזישע ענדערונגען: מען הערט נישט אזוי גוט מען זעט נישט אזוי גוט די האר ווערט גרא אדער ווייס

בארד

אין מערב אייראפע, פון בערך דעם 17טן יארהונדערט, האט מען אנגעהויבן אראפצונעמען די בערד. אבער עס זענען געווען געוויסע תקופות, אפילו שפעטער, וואס דער מאדע איז געווען צו לאזן די בארד. צומאל האט זיך עס געוואנדן אין די געזעלשאפט -- געוויסע צייטן האבן גלחים געשוירן די בארד אבער נישט די המון עם, און אנדערע צייטן האט די המון עם געשוירן אבער נישט די גלחים. אין אנדערע צייטן האבן קאטוילישע גלחים געלאזט וואקסן די בארד און נישט די פראטעסטאנטישע, און צומאל פארקערט.

בדיקת חמץ

בדיקת חמץ איז די מצווה פון זוכן חמץ פאר פסח כדי אויסצורוימען עס פונעם שטוב, אזוי ווי די משנה זאגט: אור לארבעה עשר בודקים את החמץ לאור הנר. אין הלכה ווערט געברענגט דריי זאכן וואס מען טוט צו פארזיכערן אז מהאט נישט קיין חמץ אין שטוב פסח: בדיקה, ביטול און ביעור.‏ נאך דער בדיקה איז מען מבטל מען אנולירט דאס חמץ; ד"ה, מען זאגט אז דאס חמץ וואס איז אפשר נאך דא אבער מהאט נישט געטראפן ביים זוכן זאל ווערן כעפרא דארעא שטויב פון דער ערד. צומארגן, ערב פסח, טוט מען מבער זיין דאס חמץ וואס מהאט געטראפן ביים בודק זיין. נארמאל טוט מען פארברענען דאס חמץ.

ביקור חולים

ביקור חולים, באַזוך פֿון שלאַפֿע לײַט, איז אַ גרױסע מצוה אין ייִדישקײט. דער עיקר צוועק פונעם באזוך איז צו באזארגן אים וואס איז אים נייטיק. חז"ל זאגן אז איינער וואס באזוכט א קראנקען טוט אוועקנעמען א זעכציגסטן טייל פון זיין קרענק. ווען אברהם אבינו איז געווען שלאף נאך זיין ברית מילה, איז דער אייבערשטער אליין געגאנגען באזוכן אים.

                                     

ⓘ מצוות און מנהגים

  • די זיבן מצוות בני נח זענען די מצוות וואס גאט האט געגעבן נאך פאר מתן תורה צו אלע פעלקער און גוים פון דער גארער וועלט אריינגערעכנט די יידן. מען לערנט דאס
  • די שבע מצוות דרבנן זענען די זיבן מצוות עשה וואס חז ל האבן מתקן געווען. דער סימן אויף דעם איז שמ ע בנ י: ש - שבח הלל מ - מגילה ליינען ע - עירובין ב
  • תרי ג 613 מצוות איז די צאל פון די אידישע מצוות עשה ס און לא תעשה ס. עס זענען דא פארשידענע מיינונגען איבער די פונקטליכע חשבון, וועלכע מצוות מען קען יא
  • אפגעהיטן און הייליג און ער לאזט זיך נישט אריין אין נסיונות. גא ר אסאך פארבאטונגן מצוות און מנהגים פון די אידשע טראדיציע ווערן אנגעגעבן אלס דער ציל און טעם
  • זענען דא אזעלכע וואס לייגן אלס צו נאך מצות, ווי למשל מען קען הערן ווי מענטשן זאגן: יענעם איז א מצוה מן התורה אנציהאקן די ביינער. זעט אויך: תרי ג מצוות
  • ווי למשל ביי פרויען מאכט זיך דאס מערסטע די קרענק לגבי ריינקייט אדער ביי פרומע מאכט זיך דאס איבער מצוות און מנהגים איבערצוטאן הונדערט מאל די זעלבע זאך.
  • אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פ ונ ם סדר א יום - טוב דיקע
  • זיינען גויים וואס היטן די זיבן מצוות בני נח. די זיבן מצוות זיינען: דינין, ברכת השם, עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, גזל און אבר מן החי סנהדרין נו
  • יידישע רעליגיעזע שטרעמונג וואס איז גאר מאדערן געשטימט און האלט נישט פון דער פליכט פון תורה און מצוות ביי די ארטאדאקסן ווערן נישט די רעפארמער פ ארעכנט אלס
  • מצוה איז ביי די 13 יאר פון א קינד ווערט מען א בחור און מען טוט אן תפילין, און מען איז מחיוב מיט מצוות ס דא וואס פירן זיך שוין צו פייערן דעם בר מצוה א מאנאט
  • ליטווישע דאס איינהאלטן. אויך איז דא דינים און מנהגים ווען מען מאכט דעם ברכה אויף א נייעם קלייד אדער פרוכט און אזוי ווייטער. ביי די קנאותדיגע קרייזן וואס
  • אויף די וועלט ביים לעבן און ביים טויט. עס איז א מאדערן ווערסיע פון תרי ג מצוות עס איז דא א 4 טיילן שלחן ערוך: חושן משפט געלט און האנדל. יורה דעה - כשרות
  • דעמאלטס געשאפען געווארן ארטאדאקסיע און די באקאנטע סלאגאן איז געווארען אדאפטירט חדש אסור מן התורה און אזוי זענען אלע מנהגים ענינים, געווארן הייליג אויף זיך
                                     

גמ"ח

גמ"ח דינט ווי א וואולטעטיגער באנק וואס בארגט געלט פאר אידן אן פארצענטען רבית. אויך דינט דאס צו בארגן פארשידענע באדארפענע פראדוקטן. דער ווארט שטאמט פון פרקי אבות: "על שלושה דברים העולם עומד, על התורה, ועל העבודה, ועל גמילות חסדים ".

                                     

שנה ראשונה

שנה ראשונה איז דאס ערשטע יאר נאך דער חתונה. לויט דער תורה אין דעם יאר דארף מען פריילעך מאכן די ווייב און אפגעבן צייט פאר איר. אין דעם יאר פירט מען זיך צו זיך נישט דערווייטערן פון שטוב אויף דאטשע א.ד.ג. אין פריערדיקע צייטן, האט א מענטש נישט געדארפט גיין דינען אין מיליטער ווען ער איז געוועזן אין דעם שנה ראשונה. כִּי-יִקַּח אִישׁ, אִשָּׁה חֲדָשָׁה--לֹא יֵצֵא בַּצָּבָא, וְלֹא-יַעֲבֹר עָלָיו לְכָל-דָּבָר: נָקִי יִהְיֶה לְבֵיתוֹ, שָׁנָה אֶחָת, וְשִׂמַּח, אֶת-אִשְׁתּוֹ אֲשֶׁר-לָקָח ספר דברים כ"ד.