ⓘ באבאוו, הויף. באבאוו ‏, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רביס פון דער באבאווער דינאסטיע ..

                                     

ⓘ באבאוו (הויף)

באבאוו ‏, וועסט גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רביס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם, באקאנט אלס "דער ערשטער באבאווער רב", וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע.

דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה א דר"ח תמוז האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז געהרגעט געווארן דורך די נאציס ימ"ש ד אב הת"ש, וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבאווער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבאווער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק,ברוקלין, וואס שטייט ביז היינטיגן טאג. ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה ר"ח אב תש"ס און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פיר און א האלב יאר ביז זיין פטירה י"ב אדר ב התשס"ה. אומגעפער אין דעם זעלבן צייט איז אויפגענומען געווארן דער יונגערער ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.

רבי נפתלי צבי האלברשטאם האט נישט איבערגעלאזט קיין זין, בלויז צוויי טעכטער.

נאך רבי נפתליס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט. דער גרעסטער טייל זענען געבליבן אין בית המדרש מיט זיין ברודער רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר. אין איבער א דריטל פון די חסידים זענען אריבער געגאנגען צו זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי פון "באבאוו 45". אזוי אויך איז נתמנה געווארן דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין אלס רב פון באבאוו 45.

באבאווער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.

סזענען פאראן באבאווער שטיבלעך אין וויליאמסבורג, ברוקלין, מאנסי, מיאמי, מאנטרעאל, טאראנטא, אנטווערפן און לאנדאן. אין ארץ ישראל זענען דא באבאווער שטיבלעך אין ירושלים, בני ברק, אשדוד און ביתר עילית און א באבאווער קווארטל קרית באבוב אין בת ים.

                                     

1. באבאווער רבנים און רביס פון דער באבאווער דינאסטיע

רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל התר"ז - א תמוז התרס"ה, דער ערשטער באבאווער רב

  • רבי בן-ציון האלבערשטאם הי"ד י אייר התרל"ד - ד מנחם אב התש"א, דער צווייטער באבאווער רב.
  • רבי נפתלי צבי האלבערשטאם כ"ה סיון התרצ"א - י"ב אדר ב התשס"ה, דער פערדער באבאווער רב.
  • רבי יהושע רובין, באבאוו 45ער רב, איידעם פון רבי נפתלי צבי.
  • רבי שלמה האלבערשטאם התרס"ז - התש"ס, דריטער באבאווער רב, דער "דברי שלמה".
  • רבי מרדכי דוד אונגער, באבאוו 45ער רבי, איידעם פון רבי נפתלי צבי.
  • רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, דער פינפטער באבאווער רב. זון פונעם ״דברי שלמה״.
                                     

2. דער באבאווער בוים

רבי מאיר נתן האלבערשטאם זצ"ל התקפ"ה – ט"ו מנחם אב התרט"ו. דער פאטער פון דעם ערשטען באבאווער רב.

באבאוו היינט

נאך דער צעטיילונג פונעם באבאווער הויף זענען דא צוויי נאכפאלגער פון רבי נפתלי צבי

  • רבי מרדכי דוד אונגער, רבי פון באבאוו 45
  • רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, באבאווער רב
                                     

2.1. דער באבאווער בוים ר שלמה האלבערשטאם - ערשטער באבאווער רב

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שלמה האלבערשטאם א

רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל התר"ז - א תמוז התרס"ה, דער ערשטער באבאווער רב.

דאס באבאווער חסידות האט אנגעהויבן מיט רבי שלמה האלבערשטאם אין דעם גאליציאנער דארף באבאוו, וואו זיינע חסידים זענען פריער געווען חסידים פון זיין זיידן, רבי חיים האלבערשטאם מחבר פו דברי חיים.

די ערשטער ישיבה אין פוילן אין מאדערנע צייטן איז געגרינדעט דורך דעם ערשטן באבאווער רב אין תרמ"א אין ווישניצא ער איז דעמאלטס געווען שטאטס רב דארטן; ער האט מיטגענומען די ישיבה ווען ער האט אויפגענומען דאס רבנות אין באבאוו.

                                     

2.2. דער באבאווער בוים רבי שלמה האלבערשטאם - דריטער באבאווער רב

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שלמה האלבערשטאם ב
  • רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, באבאווער רב.
  • מרת מלכה, די ווייב פון רבי בן-ציון בלום דיין פון קהל באבאוו אין לאנדאן.
  • מרת מרים נחמה, די ווייב פון רבי חיים יעקב יוסף טויבער דיין אין קהל באבאוו אין בארא פארק.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון רבי יונתן בנימין גאלדבערגער, ביקאווסקער רב, און באבאווער ראש הכולל.
  • מרת אסתר שיינדיל, די ווייב פון רבי ברוך אברהם צבי הורוויץ פון בארא פארק, באבאווער ראש ישיבה.
  • רבי שלמה האלבערשטאם התרס"ז - התש"ס, באבאווער רב אין אמעריקע.
  • רבי נפתלי צבי האלבערשטאם כ"ה סיון התרצ"א - י"ב אדר ב התשס"ה, דער באבאווער רב.
  • מרת שרה הענא, די ווייב פון רבי יעקב ישראל ישורון מייזליש רב אין קרית באבוב בת-ים.

קנאפע 300 חסידים האבן איבערגעלעבט. דעם צווייטן רבינס זון רבי שלמה האלבערשטאם האט אונטערגענומען דעם עול ווידערצובויען באבאוו. ער האט זיך ערשט באזעצט אין דער וועסט זייט פון מאנהעטן; שפעטער געצויגן קיין בעדפארד-סטייוועסאנט אין ברוקלין דערנאך קיין בארא פארק, מפלעג זאגן אויף אים אז ער איז א גאון אין מדות. ער האט זיך שטארק דערווייטערט פון מחלוקת. ער האט זוכה געווען צו זען אן אימפעריע פון טויזנטער חסידים וואס ער האט איינגעפלאנצט פון בלוט און שווייס נאכן ביטערן חורבן.



                                     

2.3. דער באבאווער בוים פערטער באבאווער רב

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – נפתלי צבי האלבערשטאם
  • רבי נפתלי צבי האלבערשטאם כ"ה סיון התרצ"א - י"ב אדר ב התשס"ה, דער באבאווער רב.
  • מרת רחל שרה, די ווייב פון רבי יהושע רובין דער רב פון באבאוו 45.
  • מרת רבקה שיינדיל, די ווייב פון רבי מרדכי דוד אונגער, דער רבי פון באבאוו 45.

נאך דער פטירה פונעם דריטן רבין ר שלמה האלבערשטאם - ר"ח אב תש"ס, האט איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסער זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם, ליידער איז ער נישט געווארן געזונט נישט לאנג נאכן איבערנעמען די קרוין. כ"א אדר תשס"ד איז ער צוזאם געפאלן פון א שטארקער הארץ אטאקע, און א יאר דערויף י"ב אדר ב תשס"ה איז ער נסתלק געווארן. ער האט אלע יארן פאר ער איז געווען רבי אויפגעשטעלט צוזאמען מיט זיין טאטן די באבאווער מוסדות און אליין אנגעפירט מיט זיי. אזוי אויך האט זיין הארץ געבלוטיגט פאר א צווייטן אידס צרה און האט זיך אסאך באשעפטיגט מיטן העלפן אידן. אלס רבי איז ער ברייט באקאנט געווארן אלס א גטליכער מאן. גאר אסאך אידן פון אלע עקן וועלט, זענען געהאלפן געווארן ביי אים מיט ישועות ורפואות.

                                     

2.4. דער באבאווער בוים באבאוו היינט

נאך דער צעטיילונג פונעם באבאווער הויף זענען דא צוויי נאכפאלגער פון רבי נפתלי צבי

  • רבי מרדכי דוד אונגער, רבי פון באבאוו 45
  • רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, באבאווער רב


                                     

3. ספרים

די תלמידי הישיבות אין באבאוו האבן ארויס געגעבן א חודשליכן קובץ ביז תש"ס. עס האט געהייסן "כרם שלמה".

און די תלמידי הישיבות אין באבאוו 45 געבן ארויס א חודשליכן קובץ, "עץ חיים".