ⓘ עמרם בלוי. ר עמרם בלוי דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן חילול שבת אין ירושלים און אלע פרייע פרצות וואס האט ..

                                     

ⓘ עמרם בלוי

ר עמרם בלוי דער גרינדער פון די נטורי קרתא, איז א ירושלימער איד וואס האט געקעמפט טאג און נאכט קעגן חילול שבת אין ירושלים און אלע פרייע פרצות וואס האט זיך דארט אפגעטאן.

                                     

1. ביאגראפיע

בלוי איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב שלמה יצחק און אסתר שיינא שיינדל, א טאכטער פון הרב ישעיהו ארנשטיין, א פינפטער דור אין ירושלים צו א משפחה וואס איז ארויפגעקומען אין ארץ-ישראל סוף דעם 18טן יארהונדערט.

זיין ברודער איז געווען דער אגודת ישראל עסקן אין ארץ ישראל ר משה בלוי.

ער האט חתונה געהאט מיט הינדא וועבער און זיי האבן געהאט צען קינדער

ער האט סוף יארן חתונה געהאט בזיווג שני מיט א גיורת מיטן נאמען רות בן-דוד און זיינע קינדער זיינען געלאפן צו רבנים זיי זאלן ביי אים פועלן, נישט חתונה האבן מיט איר, אבער ער האט מגלה געווען פאר רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר זיין טעם, און רבנים האבן אים פארשטאנען, אבער די חברי הביד"ץ העדה החרדית האבן אים אריינגעלייגט אין חרם דערפאר.

נאך וואס ער האט חתונה געהאט מיט דער גיורת האט ער געמוזט אפלאזן זיין געבוירן-שטאט ירושלים און איז געגאנגען וווינען אין בני ברק. שפעטער האבן זיי צוריקגעצויגן קיין ירושלים.

אין תשל"ד איז ער נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות.

                                     

1.1. ביאגראפיע זיין קנאות

ער פלעגט אלע מאל רעדן בראש המערכות צי איז דאס געווען אקעגן גיוס בנות, אדער די שווים באסיין, די נאכט לאקאל, וואס די פרייע האבן געוואלט בויען אין מאה שערים, אדער חילול שבת.

מהאט אים פיל מאל ארעסטירט אין תפיסה צוליב זיינע אגיטאציעס אבער דאס האט אים נישט אפגעשוואכט פון זיינע מערכות אדרבה דאס האט אים געגעבן חיזוק אנצוגיין אויף ווייטער.

אין תפיסה זענען אים געקומען באזוכן גדולי ישראל אי מחזק זיין און ווייזען סימפאטישקייט פאר זיינע מערכות ובתוכם דער חזון איש. ווען מען האט אים געברענגט אין געריכט האט ער אויסגעשריגן איני מכיר אין דעם געריכט, און עס האט נישט געהאלפן.

                                     
  • ר מאטקע בלוי איז דער אנפירער גרינדער און הויפט עסקן פאר משמרת הקודש והחינוך. ער איז א ירושלים ער געבוירענער און אייניקל פון ר עמרם בלוי ז ל. ער חזרט
  • שאגת אריה ה תר ע - רבי אלעזר ריישער ה תשכ ט - רבי דוד משה ראזנבוים, קרעטשענעווער רבי פון רחובות ה תשל ד - ר עמרם בלוי פון די פירער פון נטורי קרתא
  • הפועל פון דער באוועגונג. אין די 30ער יארן, נאך ווען זיין יונגערער ברודער עמרם בלוי האט פארלאזט די צעירי אגודת ישראל און האט אויפגעשטעלט מיט אהרן קאצנעלנבויגן
  • רבי ברוך יצחק מינצבערג, איידעם פון די דעמאלטדיגע נטורי קרתא מנהיג הרב עמרם בלוי דער גאון האט געדינט אין דער חרדישער קהילה בד ץ עדה החרדית און אין דער
  • און דעם אידיאל פון ציונות. ארגינעל איז דאס געגרינדעט געווארן דורך ר עמרם בלוי ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון די מער מעסיגע עדה החרדית. זיי פארופען זיך
  • אריה פריינד און רבי ישראל משה דושינסקיא. ער פלעגט אויך אסאך באגלייטן רבי עמרם בלוי ביי זיינע מערכות און אפטמאל פלעגט ער זיצן מיט אים אין תפיסה, איינמאל אפילו