ⓘ וויסנשאפטלער ..

אלבערט איינשטיין

אַלבערט איינשטיין איז געווען א אידישער פיזיקער וואס איז מערסט באקאנט פאר זיינע טעאריעס פון רעלאטיוויטעט: די ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט און די אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אין יאר התרפ"א איז ער באלוינט געווארן מיט דער נאבעל באלוינונג פאר פיזיק. ער ווערט בארעכנט איינער פון די גרעסטע פיזיקער פון אלע צייטן. איינשטיינס פילע ביישטייערונגען צו פיזיק שליסן איין זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט אויסגעגליכן מעכאניק מיט עלעקטראמאגנעטיזם, און זיין אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט פארברייטערט דעם פרינציפ פון רעלאטיוויטעט צו אומאיינהייטלער באוועגונג, שאפנדיג א נייע ...

פאלינא בייוול

פּאָלינאַ לעאָפּאָלדאָוונאַ בייַוול CBE FRS FREng FInstP איז אַ בריטישע אינזשענירין און אַקדעמיקער. זי איז היינט פּראָפעסאָר פון אָפּטישע קאָמוניקאַציעס און נעצווערק אין דעם דעפּאַרטמענט פון עלעקטראָנישער און עלעקטרישער אינזשעניריע אין אוניווערסיטעט קאלעדזש לאָנדאָן. זי האָט היבש בייגעשטייערט צו די אויספאָרשונג און פּלאַנעווען פון הויך־באנדברייט מולטי-כוואליעלענג אָפּטישן נעצווערקן.

קארל פרידריך גאוס

יאהאַן קאַרל פֿרידריך גאַוס ‏ איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער און וויסנשאפטלער וואס האט בייגעשטייערט צו אסאך פעלדער, כולל נומערן טעאריע, סטאטיסטיק, אנאליז, דיפערענציאל-געאמעטריע, געאדעסיע, געאפיזיק, עלעקטראסטאטיק, אסטראנאמיע און אפטיק. מען האט אים גערופן דעם פרינץ פון מאטעמאטיק לאטייניש: Princeps mathematicorum ‏ גאוס האט געהאט א מערקווערדיקע השפעה אין אסאך פעלדער פון מאטעמאטיק און וויסנשאפט. ער האט גערופן מאטעמאטיק "די מלכה פון וויסנשאפטן".

טשארלס דארווין

טשאַרלס ראבערט דאַרװין ; ‏ 12טן פעברואר 1809 - 19טן אפריל 1882), איז געװען אַ בריטישער נאטוראליסט, געאלאג און ביאלאג. ער איז בעסט באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען צו דער עװאָלוציע טעאָריע דורך נאטירלעכע סעלעקציע, װאָס ער האָט ערשט באַשריבן אין זײַן בוך "װעגן דער אנטשטייוּנג פֿון זגאַלן" אין 1859. ער האט געהאלטן אז אלע זגאלן פון לעבן שטאמען במשך די יארן פון איינציקע אבות. צוזאמען מיט אלפרעד ראסל וואלאס האט ער איינגעפירט זיין טעאריע אז די פארצווייגונג פון עוואלוציע קומט פון א פראצעס וואס ער האט גערופן נאטירלעכע סעלעקציע, אין וואס באשעפענישן קעמפן פאר עקזיסטענץ. זײַן טעאָריע האָט אַרױסגערופֿ ...

לעאנארדא דא ווינטשי

לעאנאַרדא די סער פיערא דאַ ווינטשי איז געווען אן איטאליענישער וויסנשאפטלער, מאטעמאטיקער, אינזשעניר, ערפינדער, אנאטאמיסט, מאלער, סקולפטאר, ארכיטעקט, באטאניסט, מוזיקער און שרייבער.

וולאדימיר קעפן

װלאדימיר קעפּן איז געװען אַ רוסיש געבױרענער דײַטשער קלימאַטאָלאָג. ער האָט געטײַלט די װעלט אין קלימאַט געגנטן, װאָס מע רופֿט קעפּןס קלימאַט קלאַסיפֿיקאַציִע.

ראבערט רעמאק

ראָבערט רעמאַק איז געווען אַ פּרייסישער פאָרשער: ציטאָלאָג, עמבריאָלאָג, נייראָן־פאָרשער און נעווראָלאָג. די וויכטיקסטע אויסגעפינסן זיינע זיינען די באַשרייבונג פון נערוו פיברע סטרוקטור, איבערקוק פון די פאָרשטעלונגען וועגן עמבריאָנישע בלעטער און די אַנטדעקונגען פון פונדאַמענטאַלן געזעץ, אַז אַלע צעלן שטאַמען נאָר פון אַנדערע צעלן דורך צעל־טיילונג אַסאָציאירט מיט דער טיילונג פונעם קערן.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →