ⓘ אברהם אהרן טייטלבוים. רבי אברהם אהרן איז געבוירן אין יאר התקפצו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. א ..

                                     

ⓘ אברהם אהרן טייטלבוים

רבי אברהם אהרן איז געבוירן אין יאר התקפ"צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

                                     

1. רבנות

רבי אברהם אהרן האט געפריווט צו האנדלען מיט וויין און דערפאר געפארן עטליכע מאל קיין אונגארן אבער האט נישט געהאט קיין ערפאלג.

אין יאר התרכ"ב צוויי יאר נאך זיין שווערס פטירה האט מען אויפגענומען רבי אברהם אהרן רב אין קאלבאסאוו אויף זיין שווערס ארט.

סהאט זיך איבער דעם רבנות אין קאלבאסאוו געשאפן א שווערע קריגעריי, וועלכע האט צוטיילט די שטאט אין צוויי פארטייען. די צאנזער חסידים האבן געהאלטן מיט רבי אברהם אהרן און צו זיין באקרוינונג איז געקומען זיין פאטער דער סיגעטער רב צו פארן פון אונגארן, דאגעגען האט זיין שוויגער געוואלט אז מען זאל אויסווארטן ביז איר זון רבי אשרל וואקסט אונטער און מען זאל אים אויפנעמן אלס רב. די דזשיקאווער חסידים האבן געהאלטן מיט איר און האבן געברענגט א דיין רבי וואלף קרייזמאן פון ריישא, ביז ווען דעם צאנזער רבס קפידה האט אים געשאד.

                                     

2. פאמיליע

רבי אברהם אהרן האט געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב יחיאל רובין, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ. זייערע קינדער:

  • מרת חנה התרי"ג -, די ווייב פון הרב צבי הירש ריינמאן התר"י אומגעפער - כ"ה חשוון התרע"ט), רב אין קרעטשעניף.
  • מרת רויזא בלימא התרט"ז -, די ווייב פון הרב משה דוד אשכנזי התר"ך אומגעפער - התר"ף אומגעפער), רב אין סטאניסלאוו.
  • הילד אשר טייטלבוים התרט"ז -, ער איז נפטר געווארן אלס קינד.
  • הרב יחיאל טייטלבוים הי"ד י שבט התרכ"ח - כ"ב תמוז התש"ב, ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאלבאסאוו.
  • די ווייב פון רבי יעקב שלמה פרענקל פון סאניק
  • הרב דוד טייטלבוים הי"ד התר"ל - התש"ד, רב אין עטשעד.