ⓘ אליהו בצלאל טייטלבוים. רבי אליהו בצלאל איז געבוירן אין גארליץ אין יאר התרי צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א אייניקל פון הרב משה טייטלבו ..

                                     

ⓘ אליהו בצלאל טייטלבוים

רבי אליהו בצלאל איז געבוירן אין גארליץ אין יאר התר"י צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א אייניקל פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

                                     

1. רבנות

אין יאר התרל"ה האט זיין פאטער אויפגענומען רבי אליהו בצלאל אלס רב אין פאליען-ריסקעווע, ביז אין יאר התרמ"ג ווען זיין ברודער דער קדושת יום טוב איז אריבער קיין סיגעט איז רבי אליהו בצלאל געווארן רב אין טעטש.

                                     

2. פאמיליע

רבי אליהו בצלאל האט געהייראט א טאכטער פון הרב פנחס יוסף דאַכנער. זייערע קינדער:

  • הרב חיים טייטלבוים הי"ד - התש"ד סיגעטער רבי אין טעטש.
  • הרב משה טייטלבוים, ממלא מקום פון פאטער, רב אין טעטש