ⓘ יחיאל טייטלבוים. רבי יחיאל איז געבוירן י שבט התרכח, צו זיין פאטער הרב אברהם אהרן טייטלבוים, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב ..

                                     

ⓘ יחיאל טייטלבוים

רבי יחיאל איז געבוירן י שבט התרכ"ח, צו זיין פאטער הרב אברהם אהרן טייטלבוים, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב יחיאל רובין, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ.

                                     

1. רבנות

רבי יחיאל איז געווען א צדיק אינגאנצן אויסגעטוהן פון דער וועלט, ער האט שטונדען פארברענגט זיך גרייטן צום דאווענען. רבי יחיאל איז אויסגעוועלט געווארן דורך זיין פאטער אלס זיין ממלא מקום, רב אין קאלבאסאוו, אבער סהאט זיך געשאפן קעגען אים אן אפאזיציע פון די דזשיקאווער חסידים. אין יאר התר"ץ איז רבי יחיאל ארויס מיט א קאמפף קעגען דעם אויפנעמען פון זיין שוועסטער-קינד רבי מענדעלע רובין אלס דיין, מהאט געזעצט א בוררות צוזאמען געשטעלט פון הרב שמואל אהרן מיללער רב אין לאבאווא, הרב יהושע ווידערקעהר רב אין פשעמישעל, אין הרב אברהם יצחק הורוויץ רב אין פראוויזנא, זיי האבן ארויס געגעבען זייער פסק אז דאס רבנות געהערט צו רבי יחיאל, אבער זיי האבן געווירקט אויף רבי יחיאל ער זאל צולאזען רבי מענדעלע אלס דיין.