ⓘ דוד טייטלבוים. רבי דוד איז געבוירן אין קאלבאסאוו אין יאר התרל, צו זיין פאטער הרב אברהם אהרן טייטלבוים, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, ..

                                     

ⓘ דוד טייטלבוים

רבי דוד איז געבוירן אין קאלבאסאוו אין יאר התר"ל, צו זיין פאטער הרב אברהם אהרן טייטלבוים, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב יחיאל רובין, רב אין קאלבאסאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ.

                                     

1. רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי דוד געוואוינט ביי זיין שווער אין יעראסלאוו, און ער איז דארט געווען דיין, אבער וויבאלד אין יעראסלאוו האט געהערשט ווינטען פון השכלה האט רבי דוד זיך געזארגט פאר דער ערצואונג פון זיינע קינדער. מיט דער פארמיטלונג פון זיין פעטער דער קדושת יום טוב האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין עטשעד.

                                     

2. פאמיליע

רבי דוד האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמעון מארילעס דער צווייטער רב אין יעראסלאוו. דער איינציגער זון זייערע, וועלכער האט איבער געלעבט דעם חורבן איירופע

  • הרב נפתלי טייטלבוים, עטשעדער רבי פון בארא פארק.