ⓘ ביזנעסלייט ..

דזשעף בעזאס

דזשעפֿרי פרעסטאן "דזשעף" בעזאס איז דער גרינדער פון אמאזאן Amazon.com. ער איז אויך דער פארזיצער, פרעזידענט, און הויפט עקזעקוטיוו באאמטער פון Amazon.com. בעזאס האט גראדואירט פון פרינצטאן אוניווערסיטעט און איז געווען א פינאנץ־אנאליסט איידער ער האט געגרינדעט אמאזאן דאט קאם אין 1994. זייט אקטאבער 2017 איז דער רייכסטער מענטש אין דער וועלט; ער פארמאגט US$ 125.8 ביליאן דעצעמבער 2018.

איצי האגער

יצחק האגער איז געבוירן געוואָרן אין די 1970ער יאָרן צו רבי אליעזר זאב האגער, היינט דער וויזשניצער רבי פון ירושלים, זון פון וויזשניצער רבי הרב מרדכי האגער. ער איז אויפגעוואקסן אין דעם קליינעם דארף כתר, ניו יארק, געגרינדעט דורך זיין זיידע. אין די 1990 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין וויליאַמסבורג, וואוּ ער האָט געארבעט פֿאַר אַ פארפאקונג פירמע איידער ער האט זיך צאמגעשטעלט מיט דימאנט סוחר און גרונטייגנס דעוועלאָפּער, חיים לאַקס פאטער פון משה לאַקס אין די 2000ס. זייער גרונטייגנס אַנטוויקלונג פירמע, North Development Group צפון אנטוויקלונג גרופע, האט געבויט עטלעכע הויך-שטאקיגע אין די דאן נידעריק- ...

זשעק אבראמאף

זשעק אבראמאף איז א אידישער ארטאדאקסישער געוועזענר לאביאיסט אין וואַשינגטאָן און ביזנעסמאן, וואס איז געווארן אנגעקלאגט אין קארופּציע אין 2006. זיין סוקסעס אין לאַביאונג איז געקומן מיטן פלוצלינגען אויפשטייג פון קאנסערוועטיוו רעפּובליקאנע פאליטיקער וואס האבן איבערגענומן אלע דריי הייזער פון מאכט אין וואשינגטון; דער סענאט, קאנגרעס און דעם ווייסן הויז. זייענדיג א טיעף רעליגיעזער מענטש, האט ער אויסגענוצט זיין פרומקייט צו מאכן פארבינדונגן מיט דער קריסטליכער רעפובליקאנער נייע פאליטיקער. און די ביזנעס וועלט האט געזען אז ער האט די פארבינדונגען האבן זיי אנגעהויבן צו האנדעלן און באיינפלוסן וואשינגטון ל ...

רעקס טילערסאן

רעקס וועין טילערסאן איז אן אמעריקאנער אינזשעניר און ביזנעסמאן. ער איז דער פרעזידענט פון עקסאן-מאביל זייט 2006. טילערסאן איז נאמינירט געווארן פאר אויסערן סעקרעטאר פון די פאראייניגטע שטאטן דורך פרעזידענט דאנאלד טראמפ אין דעצעמבער 2016. טילערסאן האט נאָנטע פארבינדונגען מיטן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און איז באעהרט געווארן מיט דער פריינדשאפט מעדאל פון רוסלאנד אין 2013. אום 14טן מערץ 2017 האט פרעזידענט טראמפ אים אפגעזאגט פונעם אמט פון אויסערן סעקרעטאר.

איוואנקא טראמפ

איוואנקא מאריע טראמפ, אויך באקאנט מיט איר אידישן נאמען יעל קושנער, איז די טאָכטער פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דאנאלד טראמפ, געבוירן פון זיין ערשטער פרוי, איוואנא טראמפ. זי פארמאגט גאר גרויס מאכט אין ווייסן הויז, ווי מאנכע ווילן גאר זאגן אז זי איז ממש ווי די ערשטע פרוי, זייענדיג אין ווייסן הויז גאר אסאך, וואו זי האט אויך א פריוואטע אפיס דארט.

עריק טראמפ

עריק פרעדריק טראמפ איז אַן אמעריקאנער ביזנעסמאן און א געוועזענער טעלעוויזיע פּערזענלעכקייט. ער איז דער דריטער קינד און צווייטער זון פון דעם פּרעזידענט פון די פאַרייניקטע שטאַטן, דאנאלד טראמפ, און איוואנא טראמפ. צוזאמען מיט זיין ברודער דאן דזשוניער פירט ער די טראמפ ארגאניזאציע דוירכאויס זיין פאטער׳ס פרעזידענט טערמין, צו פארמיידן קעגנזייטיגע אינטערעסן.

ישראל ראזנער

ישראל ראזנער איז א גביר און א וויזשניצער חסיד פון ציריך, שווייץ. ראזנער איז א 28 יעריגער ביזנעסמאן וועלכע האט אויפגעבויעט א מאסיווע פירמע אין שווייץ און אין ענגלאנד, ווי אויך איז ער שטארק מקושר מיט דעם וויזשניצער רבי, און ווי די באריכטן צייגן האט ער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע אפצוקויפן די אל על לופטליניע און האט זיך שטארק אנגעכאפט אויף דעם דאזיגן האנדל און טוט פארשלאגן פיל מער געלט ווי די אנדערע אינוועסטירער האבן געהאט פארגעשלאגן. ווי אויך איז באריכטעט געווארן אז ישראל ראזנער האט זיך שוין געטראפן מיט עטליכע מדינת ישראל אדוואקאטן דורכצורעדן איבער א מעגליכע דיעל.‏

ענדרו פוזדער

ענדרו פרענקלין "ענדי" פּוזדער איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, וואס איינער פון די פירער פונעם קאמף קעגן אבארטאציע אין מיזורי.

דזשערעד קושנער

דזשאַרעד קאָרי קושנער איז אַן אמעריקאנער אידישער ביזנעסמאן, אינוועסטירער און ריעל עסטעיט אנטוויקלער און צייטונג ארויסגעבער, וועלכער איז געווען א הויכער ראטגעבער צו זיין שווער, דאנאלד טראמפ, דער 45׳סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. קושנער איז דער זון פון דעם געוועזענעם ריעל עסטעיט דעוועלאָפּער טשאַרלס קושנער און איז פארהייראט מיט איוואַנקאַ טראמפ, פרעזידענט טראמפס טאָכטער און קאָלעגע ראטגעבער. עס הייסט אז טראמפ האט צו אים געהאט דאס מערסטע צוטרוי.