ⓘ צבי הירש אייכנשטיין. רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר התקכג, דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין א דארף אין גאליציע לעבן סאמבאר. ..

                                     

ⓘ צבי הירש אייכנשטיין

רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר התקכ"ג, דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין א דארף אין גאליציע לעבן סאמבאר. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.

                                     

1. רבנות

אויף רבי הערשעלע האט זיך שוין קליינערהייט אָנגעזען זיין שארפער מח און זיין געוואלדיגער בקיאות, ער איז געווען באקאנט אלס עילוי, און פלעגט לערנען יעדען טאג זיבען בלאט גמרא, און זיי איבער חזרן נאך זיבן מאל. ער האט געלערנט בחברותא מיט ר יעקב משולם ארנשטיין, דער מחבר פון "ישועות יעקב".‏

דורך די ווירקונג השפעה פון זיין ברודער רבי משה, איז רבי הערשעלע געפארן קיין לובלין, און געווארן א תלמיד מובהק פונעם חוזה.

רבי הערשעלע האט געקוועלט אין קבלה און פלעגט שטענדיג לערנען דעם ספר הזוהר, חסידים האבן געזאגט אז זהר איז ראשי תיבות ר בי ה ערשעלע ז ידיטשובער.

                                     

2. פאמיליע

רבי הערשעלע האט געהייראט מרת רחל פערל - כ"ג סיון התק"ץ א טאכטער פון א קרעטשמער פון א דארף רודא נעבן זידיטשוב. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל מיכל אייכנשטיין
  • מרת שרה - ט"ז אדר התרל"ד, די ווייב פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין התקנ"א - ז חשוון התר"ח, פון ראזלא, א זון פון איר פעטער איר פאטערס ברודער הרב משה אייכנשטיין, פון סאמבור.
  • הרב אלכסנדר סענדער לאבין. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אלעזר רוקח התק"ע - י"ט כסלו התרמ"ב, פון בעלזא, א זון פון דעם שר שלום פון בעלזא.
  • די ווייב פון הרב יעקב יצחק ווייסבלום א זון פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזשענסק.
  • הרב ישראל יוסף לאבין - ט"ו שבט התרס"ב, פון זידיטשוב. ער האט געהייראט מרת שרה סאשע א טאכטער פון רבי אייזיקל זידיטשויווער.
  • הרב משה לאבין, רב אין דראהאביטש
  • די ווייב פון הרב שמואל שפירא התק"ע - התר"ך פון פרעמישלא, א זון פון דעם בני יששכר
  • מרת חיה, די ווייב פון הרב יעקב נפתלי הירץ לאבין. זייערע קינדער
  • הרב צבי הירש לאבין, רב אין באליחאוו.
  • הרב יצחק לייביש טויב - כ"א שבט, רב אין חאטין און אין יאס. ער האט געהייראט מרת פריידא קיילא א טאכטער פון הרב ישעיה שור.
  • מרת רייזל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב משה חיים טויב התק"ן אומגעפער - כ"ז תמוז התקצ"א), א זון פון הרב יצחק אייזיק טויב, רבי אין קאלוב. זייערע קינדער
  • מרת נעכעלע - כ"ג כסלו התרס"ו, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל האגער הת"ר אומגעפער - התר"ע אומגעפער), רב אין זאבלאטאוו.
  • הרב שלמה טויב התק"ף אומגעפער - ג חשוון התר"ם), רב אין ראזלא.
בזיווג שני, די ווייב בזיווג שני פון הרב דוב בערטשע שפירא התק"ל אומגעפער - כ"ו אדר התר"י), רב אין טלוסט, אן איינקל פון רבי פנחסל קאריצער. בזיווג שלישי, די ווייב בזיווג שני פון הרב יוסף ראטענבערג - ה אלול התרי"ב, רב אין קוזובה. זייערע קינדער:
  • הרב יהוסף ראטטנבערג ג מנחם אב התרי"ג - כ"ג חשוון התרע"ב, רב אין קאסאני.
  • הרב שמואל ראטטנבערג, פון סאקאלאוו.
  • הרב צבי הירש ראטנבערג התקצ"א אומגעפער - י"ב ניסן התרמ"ב), פון טויסט. ער האט געהייראט מרת חיה דרעזיא א טאכטער פון הרב שמואל ווילנער, רב אין העליטש.
  • מרת רבקה - ט"ז חשוון, די ווייב פון הרב יהודה לייביש ערליך התק"ן אומגעפער - התר"ך), פון ראזלא.
  • הרב צבי הירש ערליך י"א חשוון התקצ"ב - התרנ"ה אומגעפער). ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ-אייזענבערג פון בארטשאוו.
  • הרב נפתלי ערליך הי"ד ג ניסן התרכ"ג - התש"ג, פון דעלאטין.
  • מרת הינדא, די ווייב פון הרב אליהו אייכנשטיין התקצ"ז - ה סיון התרל"ח, פון זידיטשוב, א זון פון רבי אייזיקל זידיטשובער.
  • מרת גיטל די ווייב פון הרב דוד יעקב א זון פון הרב אייזיק פון סטרי.