ⓘ משה לייב סאסאווער. רבי משה לייב איז געבוירן אין בראד אין יאר התקה, צו זיין פאטער הרב יעקב ערבליך, פון בראד, א זון פון הרב יוסף יוסקא ערבליך, רב אין פאדקאמין, פא ..

                                     

ⓘ משה לייב סאסאווער

רבי משה לייב איז געבוירן אין בראד אין יאר התק"ה, צו זיין פאטער הרב יעקב ערבליך, פון בראד, א זון פון הרב יוסף יוסקא ערבליך, רב אין פאדקאמין, פארפאסער מחבר פון ספר אהל יוסף.

דער פאטער רבי יעקב איז געווען פון די באקאנטע תלמידי חכמים וואס זענען געזעצן און געהארעוועט אין תורה טאג און נאכט אין דער בראדער קלויז, און זיך נישט פארנומען מיט קיין שום ארבעט. זיין ווייב האט אביסל געהאנדלט, און דערפון אריינגעברענגט אויף ברויט און וואסער.

אין יאר התק"ה נאך דעם וואס רבי משה לייב איז געבוירן, האט זיין ווייב מער נישט געקענט ארויסגיין האנדלען. רבי יעקב האט געזען אז ער מוז עפעס טוהן, האט ער זיך פארדינגן אלס מלמד ביי א גביר אין סאסאוו אויף צו לערנען מיט זיינע קינדער, און ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין סאסאוו. נאך פינף יאר האט זיך יענער גביר אוועקגעצויגן פון סאסאוו, און רבי יעקב איז ווידער געבליבן אָן פרנסה, און ער איז פלוצלונג קראנק געווארן און דערפון בלינד געווארן, אז ער האט זיך נישט מער געקענט באשעפטיגן מיט קיין פאך.

די רביצין איז געבליבן פארביטערט, סהאט נישט געפינען קיין לעזונג צו איר שווארן לאסט, ביז איין טאג קלאפט ביי איר א באקאנטע, און פארציילט, מיין מאן פירט א בעקעריי אין נויטיקט זיך אין עמיצן וואס זאל אים צוהעלפן, פילייכט וואלט משה לייבלע געקומען ארבעטן אין געוועלב, און איר מאן וועט אים באלוינען דערפאר. משה לייבלע האט געהארכט דעם שמועס, און האט מיט צופרידנהייט צוגעשטימט צו שפייזן זיינע צובראכענע עלטערן. ווען ביים בעקער איז נישט מער געווען אזויפיל ארבעט איז רבי משה לייבלע ארומגעגאנגען איבער די געשעפטן פרעגען ווער סדארף הילף. אזוי ארום איז משה לייבלע געווארן שטאטס-משרת, און יעדער וואס האט געדארפן הילף האט געוואוסט זיך צו ווענדען צו אים. איין טאג האט ער אויפגעהאקט אייז צו שעפען וואסער, און איין טאג האט ער געהאקט האלץ, און אן אנדערען טאג איז ער ארומגעגאנגן איינמאנען חובות, און אזוי ווייטער.

פון איין זייט איז משה לייבלע געווען צופרידן צו שפייזן זיינע צובראכענע עלטערן. אבער יעדע פרייע מינוט פלעג ער זיך אריינכאפן אין בית המדרש און אויסגיסן זיין הארץ צום אייבערשטען ער זאל אים דערמעגלעכן צו קענען זיצן און לערנען תורה.

                                     

1. רבנות

משה לייב איז געווארן א תלמיד מובהק פון דעם רבין ר שמעלקא, ביי וועמען ער האט געלערנט זיבן יאר.

אין יאר התקמ"ג האט מען אויפגענומען רבי משה לייב אלס רב אין סאסאוו.

                                     

2. פאמיליע

רבי משה לייב האט געהאט צוויי קינדער:

  • מרת פעסיא לאה, די ווייב פון הרב דוד האגער התקנ"ז - כ"א מנחם אב התר"ח, פון זאבלאטוב, פארפאסער פון ספר צמח דוד, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו דער אהבת שלום.
  • הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך -, פון סאסאוו.
                                     
  • צאנז - קלויזנבורגער רבי מנתניה, מחבר פון, שפע חיים, דברי יציב ה תקס ז - הר ר משה לייב סאסאווער ה תק ע - רבי אברהם פון קאליסק פון טבריה, חסד לאברהם ה תרמ ז - רבי
  • פון קאסאוו, און אן איידעם פון רבי משה לייב סאסאווער נאך זיין פאטער ס פטירה - י אלול ה תרנ ו - האט רבי משה יהודה לייב זיך באזעצט אין פאשקאן און ער האט
  • יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון הרב משה יהודה לייב ערבליך, רב אין סאסוב באקאנט אלס רבי משה לייב סאסאווער רבי משה לייב האט געגעסען קעסט ביים זיידען דער
  • הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון הרב משה יהודה לייב ערבליך, רב אין סאסוב באקאנט אלס רבי משה לייב סאסאווער רבי צבי הירש איז געווען א תלמיד מובהק פון
  • יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער נאך זיין פאטער ס פטירה אין יאר ה תר ח האט רבי מנחם מענדיל זיך באזעצט
  • יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער נאך זיין פאטער ס פטירה אין יאר ה תר ח האט רבי מיכעלע אנגעהויבן פראווען
  • זיין פאטער הרב צבי הירש באנהארד. רבי שמחה בונם איז געפארן צו רבי משה לייב סאסאווער אין צו דעם קאזשניצער מגיד, נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון
  • אב ה תר ח. רבי דוד קי האט געהייראט מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער זייערע קינדער: הרב יעקב האגער ה תקע ג אומגעפער - ט ז שבט ה תרמ א
  • געהייראט מרת עטיא א טאכטער פון הרב אליהו לעווינגער א תלמיד פון הרב משה לייב סאסאווער זייערע קינדער: הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין ה תקס ה - ט סיון ה תרל ג
  • יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער נאך זיין פאטער ס פטירה אין יאר ה תר ח איז רבי יעקלי געווארן דער ממלא