ⓘ שלום יוסף פרידמאן. רבי שלום יוסף איז געבוירן יג תשרי התקעג, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישט, א זון פון הרב אבר ..

                                     

ⓘ שלום יוסף פרידמאן

רבי שלום יוסף איז געבוירן י"ג תשרי התקע"ג, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישט, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

דער רוזשינער האט אים א נאמען געגעבן שלום נאך זיין פאטער, און יוסף נאך יוסף הצדיק, וויבאלד זיין ברית איז געווען אין טאג פון דער אושפיזא פון יוסף.

                                     

1. רבנות

נאך זיין פאטערס פטירה ג חשוון התרי"א איז רבי שלום יוסף געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, אלס רבי אין סאדיגורא, ער האט אבער נישט לאנג געלעבט נאך דעם, און איז נאך אין יאר פון פאטער נפטר געווארן.

                                     

2. פאמיליע

רבי שלום יוסף האט געהייראט מרת בלומא רייזל א טאכטער פון הרב דן יונגערלייב פון ראדוויל, אן איידעם פון אפטער רב, דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:

  • הרב יצחק פרידמאן ה אלול התקצ"ה - י אלול התרנ"ו, פון באהוש.
  • הרב מנחם נחום דוב בער פרידמאן התר"ג - כ"ז מנחם אב התרמ"ג, פון סאדיגורא.
  • מרת לאה רחל - ז תמוז התרנ"ה, די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשל התקצ"ב - י"ט תשרי התרמ"א, פון מעזשביזש.
  • מרת בת-שבע כ"ז אייר התר"ט - שביעי של פסח התרפ"ח, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מנחם נחום מרדכי פרידמאן התר"ט אומגעפער - כ"ו תמוז התר"ל), פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן, פון טשארטקאוו. בזיווג שני די ווייב פון הרב ישראל פרידמאן כ שבט התרי"ב - י"ג תשרי התרס"ז, פון סאדיגורא.