ⓘ אברהם יעקב פרידמאן. דער ארטיקל דיסקוטירט דער זון פונעם הייליגן רוזשינער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אברהם יעקב פרידמאן באדייטן. רבי אברהם יעקב פרידמ ..

                                     

ⓘ אברהם יעקב פרידמאן

דער ארטיקל דיסקוטירט דער זון פונעם הייליגן רוזשינער. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אברהם יעקב פרידמאן באדייטן.

רבי אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא, איז געווען דער צווייטער זון פון דעם רוזשינער.

                                     

1. אפשטאם

רבי אברהם יעקב איז געבוירן כ חשוון התק"ף, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.

                                     

2. רבנות

נאך זיין ברודער רבי שלום יוסףס פטירה, י"א אלול התרי"א, איז רבי אברהם יעקב געווארן דער ממלא מקום פון פאטער און ברודער, אלס רבי אין סאדיגורא.

זיין איינפלוס האט געהאט א ווייטן פארנעם, זיינע אנהענגערס האבן זיך געציילט אין טויזנטער, צווישן זיי באקאנטע רביס און רבנים. רבי אברהם יעקב איז געווען דער פרעזידענט נשיא פון צדקת רמבה"נ פאר גאנץ רוסלאנד, דורך זיין אינטערווענירונג האט מען אויפגעשטעלט די אלע הייזער פון כולל וואהלין אין ירושלים.

                                     

3. הסתלקות

נאך שבועות התרמ"ג איז רבי אברהם יעקב קראנק געווארן, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז זיין מאגן איז איינגעטריקנט געווארן פון אזויפיל פאסטן. י"א אלול, דעם זעלבן טאג וואס זיין עלטערע ברודער איז נפטר געווארן, האט ער געזאגט דברי תורה אויף דעם פיוט "נאפד נקמה סתרו יושר", ער האט געדאוונט זיין לעצטן מעריב, און איז נפטר געווארן י"א אלול התרמ"ג, ער ליגט אין סאדיגורא אין פאטערס אוהל.

                                     

4. פאמיליע

רבי אברהם יעקב האט געהייראט אין עלטער פון דרייצן יאר, י"ח סיון התקצ"ג אין פינסק, מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין. זייערע קינדער:

  • הרב אשר פרידמאן, ער איז נפטר געווארן אלץ חתן.
  • הרב שלמה פרידמאן י"א תשרי התר"ד - כ טבת התרמ"א, פון סאדיגורא.
  • הרב יצחק פרידמאן ב תשרי התר"י - י"ז אדר התרע"ז, פון באיאן.
  • הרב ישראל פרידמאן כ שבט התרי"ב - י"ג תשרי התרס"ז, פון סאדיגורא.
  • רבי חיים מאיר יחיאל שפירא רבי חיים מוניא, י כסלו התרכ"ד - ל ניסן התרפ"ד, פון דראהביטש.
  • רבי יצחק מרדכי שפירא מנחם אב התרכ"ז - ג תמוז התר"ץ, פון גוואדזשיץ.
  • מרת הדסה פייגא פייגאלע - י"א תשרי התרצ"ב, די ווייב פון רבי אבי עזרא זעליג שפירא התקצ"ו אומגעפער - י"ט מנחם אב התרמ"ה), א זון פון דער שרף פון מאגלניצא.
  • מרת נחמה גיטל - התרנ"ב, די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן, ט"ז כסלו התרי"ח - כ"ט כסלו התש"ט פון הוסיאטין.
  • מרת פערל, די ווייב פון רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן התר"ג - כ"ז מנחם אב התרמ"ג, פון סאדיגורא.
  • רבי שלום יוסף פרידמאן התרל"א - כ מנחם אב התרפ"ז, רבי אין מילניצא. אן איידעם פון רבי מרדכי יוסף טווערסקי פון זלאטיפאלי.
  • מרת אלטע נחמה גיטל, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי משה יהודה לייב פרידמאן ט"ו שבט התרכ"ה - י אלול התש"ז, פון פאשקאן.
  • מרת שרה רבקה - כ"ה סיון התרמ"ז, די ווייב פון רבי ישראל שלום יוסף העשל חשוון התרי"ג - כ"ט מנחם אב התרע"א, פון מעזשיביזש, א זון פון רבי אברהם יהושע העשל, פון מעזשיביזש. זי האט נישט זוכה געווען צו קינדער.
  • מרת מרים, די ווייב פון רבי מנחם נחום פרידמאן התרל"ט - כ"א סיון התרצ"ג, פון איצקאן, א זון פון רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן פון אדזשאד.
  • מרת חוה - ט"ז סיון התש"ג, די ווייב פון רבי צבי אריה טווערסקי התר"ן - ח"י מנחם אב התשכ"ח, פון זלאטיפאל.
  • מרת שבע רוחמה, די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן י אייר התרי"ד - י"ג כסלו התרצ"ד, פון טשארטקאוו.
  • רבי נחום מרדכי פרידמאן י"ז שבט התרל"ד - י"ח אדר ב התש"ו, פון טשארטקאוו.
  • רבי חיים אהרן פרידמאן התרל"ג - כ"ו אלול התרפ"ו.
  • רבי דוב בער פרידמאן התרמ"ב - כ"ד אלול התרצ"ו, פון טשארטקאוו.

בזיווג שני האט רבי אברהם יעקב געהייראט מרת "גיטל", א טאכטער פון זיין ברודער רבי מנחם נחום פרידמאן פון שטעפאנעשט.