ⓘ יצחק פרידמאן, באיאן. רבי יצחק איז געבוירן אין דעם צווייטן טאג ראש השנה, ב תשרי התרי, צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פריד ..

                                     

ⓘ יצחק פרידמאן (באיאן)

רבי יצחק איז געבוירן אין דעם צווייטן טאג ראש השנה, ב תשרי התר"י, צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין.

                                     

1. רבנות

אין יאר התרמ"ג נאך די פטירה פון זיין פאטער, האט רבי יצחק אנגעהויבן צו פראוון זיין רביסטעווע אין סאדיגורא צוזאמען מיט זיין ברודער רבי ישראל, חשוון התרמ"ז האט רבי יצחק זיך אוועק געצויגן קיין באיאן, דארט האט ער געגרינדערט דעם ביאינער חסידות, וואו טויזענטער חסידים האבן זיך באהאפטן צו אים.

                                     

2. פאמיליע

רבי יצחק האט געהייראט ט"ו סיון התרכ"ה, מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא - ט"ז טבת התרפ"א. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם נחום פרידמאן כ"א כסלו התרכ"ט - י"ט מנחם אב התרצ"ט, פון באיאן און טשערנאוויץ.
  • הרב ישראל פרידמאן כ"ד אלול התרל"ח - ל מנחם אב התשי"א, פון לייפציג.
  • הרב אברהם יעקב פרידמאן הי"ד כ"ד ניסן התרמ"ד - ב אלול התש"ב, פון לעמבערג.
  • הרב מרדכי שלמה פרידמאן י"ג תשרי התשנ"א - ה אדר התשל"א, באיאנער רבי פון ניו יארק.
  • מרת מרים - ח ניסן התשט"ז, די ווייב פון הרב דוב בער פרידמאן התרמ"ב - כ"ד אלול התרצ"ו, פון טשארטקאוו.
  • הילדה חוה - ב אדר א התרמ"ט.
  • הילדה שרה - כ"ט אדר א התרמ"ט.