ⓘ אבי עזרא זעליג שפירא. רבי זעליגל איז געבוירן התקצו אומגעפער, צו זיין פאטער הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס דער שרף, א זון פון הרב אבי עזרא ז ..

                                     

ⓘ אבי עזרא זעליג שפירא

רבי זעליגל איז געבוירן התקצ"ו אומגעפער, צו זיין פאטער הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום פון ליזשענסק, א זון פון הרב אלימלך פון ליזשענסק, דער נועם אלימלך.

                                     

1. רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי זעליגל געבליבן וואוינען אין סאדיגורא, הערשט נאכדעם וואס זיין שווער איז נפטר געווארן, אין יאר התרמ"ג, האט רבי זעליגל זיך געלאזט איינבעטען ביי זיינע אנהענגער און זיך געצויגן קיין סטרי און אנגעהויבן פראווען רביסטווע.

                                     

2. פאמיליע

רבי זעליגל האט געהייראט מרת הדסה פייגא - י"א תשרי התרצ"ב, א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא. זייערע קינדער:

  • הרב חיים מאיר יחיאל שפירא רבי חיים מוניא י כסלו התרכ"ד - ל ניסן התרפ"ד, פון דראהביטש.
  • הרב יצחק מרדכי שפירא מנחם אב התרכ"ז - ג תמוז התר"ץ, פון גוואדזשיץ.
  • מרת נחמה גיטל - ט"ז סיון התרנ"ב, די ווייב פון הרב ישראל פרידמאן ט"ז כסלו התרי"ח - כ"ט כסלו התש"ט פון הוסיאטין.