ⓘ אהרן פרידמאן, סאדיגורא. רבי אהרן איז געבוירן יב תשרי התרלז, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון ..

                                     

ⓘ אהרן פרידמאן (סאדיגורא)

רבי אהרן איז געבוירן י"ב תשרי התרל"ז, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן, פון באהוש.

                                     

1. הסתלקות

רבי אהרן איז נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר, אין דעם זעלבען טאג פון זיין ברית, ביי די אושפיזא פון אהרן י"ט תשרי התרע"ג, און ליגט אין סאדיגורא.

                                     

2. פאמיליע

אין יאר התרנ"ו האט רבי אהרן געהייראט מרת שרה שיינדיל רויזא - י"ב מנחם אב התשי"ח, א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן, פון הוסיאטין. זייערע קינדער:

  • הרב מרדכי שלום יוסף פרידמאן י"ז כסלו התרנ"ז - כ"ט ניסן התשל"ט, פון סאדיגורא.
  • מרת אסתר תשעה באב התרנ"ט -, די ווייב פון ר צבי וואלף, פון ביליץ.
  • מרת מרים, די ווייב פון ר סענדער וואלף.