ⓘ מרדכי זוסיא טווערסקי. רבי מרדכי זוסיאלי איז געבוירן אין טריסק, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טריסק-בריסק, א זון פון הרב אברהם טווערסקי דער טריסקער מג ..

                                     

ⓘ מרדכי זוסיא טווערסקי

רבי מרדכי זוסיאלי איז געבוירן אין טריסק, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טריסק-בריסק, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאבל, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער מרת חיה, א טאכטער פון הרב דוד טווערסקי, פון טאלנא.

                                     

1. רבנות

נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר התרמ"ז האט רבי מרדכי זוסיאלי נישט געוואלט פירן קיין רביסטעווע אין זיך געעפנט א סטאלעריי פאבריק.

ווען סזענען געקומען יידן פון דעם שטעטל האצעליס, כערסאנער גובערניע, און דערציילט אז זיי זענען ארומגענומען מיט גויים און לעבן שטענדיג אין א שרעק, און זיי בעטן אז סזאל קומען א צדיק וואוינען אין זייער שטעטל וואס זיין זכות זאל אויף זיי שיצן. אין תרנ"א האט זיין מוטער געווירקט אויף רבי מרדכי זוסיאלי ער זאל דארט אריבער גיין וואוינען. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין באהוש, רומעניע, און דערנאך קיין יאס וואו מהאט אים גערופן "דער רוסישער רבי".

סאיז געדרוקט פון אים דאס הייליגע ספר "נועם מרדכי" ירושלים תשס"ה דורך זיין אור אייניקל בן אחר בן הרב יצחק דוד טווערסקי שליט"א.

                                     

2. פאמיליע

רבי מרדכי זוסיאלי האט געהייראט מרת חוה גיטל א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, י"ב אדר ראשון תרל"ח. זייערע קינדער:

  • הרב דוד טווערסקי התרמ"ב אומגעפער - כ"א כסלו התרצ"ד), פון האצעליס-באהוש.
  • הרב שלום יוסף טווערסקי התרמ"ג -, פון פראסקאראוו-בארא פארק.
  • הרב יעקב אריה טווערסקי התרמ"ד - הושענא רבה התש"ם, פון לאנדאן און בני ברק.
  • הרב נחום יצחק טווערסקי פון תל אביב.
  • מרת בלומא רייזיל, די ווייב פון הרב אביגדור שור - י"ג תמוז התרפ"ט, פון בארדיטשוב.
  • מרת פייגאלי, די ווייב פון הרב מנחם נחום מרגליות באקאנט אלס "שטעפאנעשטער רבי".
  • מרת אלטע חיה שרה - כ"ט כסלו התשמ"ה, די ווייב פון הרב ישראל רבינאוויץ - כ"ט אלול התש"ל, פון סקאליע. זיי ליגן אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
  • מרת דבורה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מרדכי העשל, פון בני ברק. ער ליגט אין זכרון מאיר אין וויזשניצער אוהל. בזיווג שני די ווייב פון הרב משה לאנדמאן פון בני ברק
                                     
  • רבי משולם זוסיא טווערסקי ר ח אלול תרע ז - י ז מרחשון תשמ ח איז געווען דער טשערנאבלער רבי. משולם זוסיא איז געבוירן ר ח אלול ה תרע ז אין מאזיר, רוסלענדישע
  • רבי מרדכי דוב טווערסקי זצ ל ה ת ר כ ב אלול ה תרס ג דער הארניסטייפלער רב. רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארניסטייפל ביים פינפטן חנוכה לעכטעל כ ט כסליו
  • הרב יעקב ישראל טווערסקי רב אין טשערקאס, דער דריטער זון פון הרב מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאבל. פון זייער זון: הרב מרדכי דוב טווערסקי רב אין הארנאסטייפל
  • ירושלים צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאבלער רבי, און זיין מוטער בלומא טויבא, א טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין פון סטרעטין אין ירושלים
  • ירושלים צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי טשערנאבילער רבי און זיין מוטער מרת בלומא טויבא, א טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין, דער סטרעטינער רבי
  • יוסף שאול נאטאנזאן, רב פון לעמבערג, דער שואל ומשיב ה תרצ ו - רבי מרדכי זוסיא טווערסקי אדמו ר פון הוצאלעס יאס ה תשע ב - רבי חיים פנחס שיינבערג, ראש ישיבת
  • אים דאס הייליגע ספר נועם מרדכי ירושלים תשס ה דורך זיין אור אייניקל בן אחר בן הרב יצחק דוד טווערסקי הרה ק רבי מרדכי זוסיא טריסקער זי ע איז נסתלק געווארן
  • רבי דוד טווערסקי זצ ל ה תקס ח - י אייר ה תרמ ב מגיד פון טאלנא. רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה תקס ח, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער
  • די ווייב בזיווג ראשון פון הרב משולם זוסיא יצחק אויערבאך ה תקע ט - ה תרמ ב רב אין טאלמיטש. הרב מרדכי דוב טווערסקי רב אין הארנאסטייפל, אין יאר ה תרט ז
  • יעקב טווערסקי פון ארץ ישראל. הרב מרדכי טווערסקי הי ד. הרב משולם זוסיא טווערסקי ה תרע ו - ה תשמ ח טשערנאבילער רבי פון בני ברק. הרב מנחם נחום טווערסקי טשערנאבילער