ⓘ דוד אהרן טווערסקי. רבי דוד אהרן איז געבוירן אין יאר התרלב אומגעפער, צו זיין פאטער הרב יעקב אריה לייב טווערסקי פון קאוולע, א זון פון הרב אברהם טווערסקי דער טריסק ..

                                     

ⓘ דוד אהרן טווערסקי

רבי דוד אהרן איז געבוירן אין יאר התרל"ב אומגעפער, צו זיין פאטער הרב יעקב אריה לייב טווערסקי פון קאוולע, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאבל, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

                                     

1. רבנות

רבי דוד אהרן האט זיך אוועקגעצויגן פון וואהלין און זיך באזעצט אין זאוויריטשא, פוילן, אבער ווען סהאט זיך געשאפן א שפאנונג צווישן זיינע חסידים און די ראדאמסקער חסידים איז ער אריבער קיין זשאריק, און אין יאר התרס"ו האט מען אים דארט אויפגענומען אלס רב.

                                     

2. פאמיליע

רבי דוד אהרן האט געהייראט מרת חיה שפרה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם טווערסקי הי"ד, רב אין אוסטראה. ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם.
  • מרת רייזיל הי"ד, די ווייב פון הרב אברהם מרדכי שפירא הי"ד, פון זשאריק, אן אור-אייניקל פון הרב מרדכי פון נעשחיז.
  • מרת חוה בת ציון, די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי כ"ד אדר התרנ"ה - יום כפור התשמ"ח פון מאכניווקא-בני ברק.