ⓘ ברוך האגער. רבי ברוךל איז געבוירן אין יאר התרה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, דער צמח צדיק, א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, דער תורת חי ..

                                     

ⓘ ברוך האגער

רבי ברוךל איז געבוירן אין יאר התר"ה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, דער "צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, דער "תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, דער "אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון דעם הייליגן רוזשינער. ער האט געלערנט ביי זיינע זיידעס, דער תורת חיים און דער רוזשינער.

                                     

1. רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי ברוךל געזעצן אין געלערנט פלייסיג און געדינט דעם אייבערשטן מיט הייליקייט, אלעס אויף זייער א באהאלטענעם וועג. נאך זיין פאטערס פטירה ערב ראש חודש חשוון התרמ"ה האט מען אויפגענומען רבי ברוךל אלס רבי אין וויזשניץ, ער האט ווייטער זיך געפירט מיט זיין באהאלטענעם שטייגער און ער האט נישט געזאגט קיין דברי תורה ביים טיש, ווען מהאט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט נישט קיין דברי תורה האט ער געזאגט "תורה זאגין איז גישט קיין קונץ, דער עיקר איז צו זאגין אז יעדער זאל פארשטיין און זאל וויסן אז ממיינט איהם אין מזאל טאקע יעדעם מיינין".

                                     

2. פאמיליע

רבי ברוךל האט געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל האגער ב אלול התר"ך - ב סיון התרצ"ו, ממלא מקום פון פאטער, רבי פון וויזשניץ.
  • הרב חיים האגער כ"ג אייר התרכ"ג - כ"ה כסלו התרצ"ב, פון אנטוניא.
  • הרב משה האגער התרכ"ג - ט אייר התרפ"ו, פון שאץ.
  • הרב שמואל אברהם אבא האגער התרכ"ה - ל שבט התרנ"ה, פון האראדענקע.
  • מרת חוה די ווייב פון הרב שמואל דוב חאדאראוו.
  • מרת רייזל די ווייב פון הרב מרדכי חאדאראוו.
  • הרב יצחק יעקב דוד האגער התרכ"ו אומגעפער - י"ג אדר התרצ"ב), פון סטראזשניץ, האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון דאלינע.‏
  • הרב פינחס האגער התרכ"ז אומגעפער - י"ב אדר התש"ב), פון בורשא.
  • הרב שרגא פייוויש האגער התר"ל אומגעפער - י"ג טבת התרצ"ז), פון זאלישטשיק.
  • מרת שיינדיל די ווייב פון הרב שלום יוסף פרידמאן י"ג טבת התרל"ט - י"ח שבט התרפ"ג, פון טשערנאוויץ.
  • הרב יחיאל מיכל האגער התרל"ב אומגעפער - י"ג כסלו התש"ב), פון האראדענקע.
  • הרב שלום האגער מדאמיטש