ⓘ אליעזר האגער. רבי אליעזר איז געבוירן כב שבט התרנא, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, דער אהבת ישראל, א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, דער אמרי ..

                                     

ⓘ אליעזר האגער

רבי אליעזר איז געבוירן כ"ב שבט התרנ"א, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזרל דזשיקאווער", א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

                                     

1. רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט, אין דעם טאג וואס ער וועט דארפן אנגעבען א חשבון הנפש וועט ער זאגן אז ער איז דער פאטער פון רבי אליעזר, וועט מען אים זאפארט אפלאזען.

נאך זיין חתונה איז רבי אליעזר געזעצען ביי זיין פאטער אין וויזשניץ. ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז ער פארברענגט אין וויען צוזאמען מיט זיין שווער.

אין יאר התרפ"ב איז רבי אליעזר געווארן רב אין וויזשניץ, און ער האט דארט אויף געשטעלט א פראכטפולע ישיבה מיט דעם נאמען "בית ישראל ודמשק אליעזר", סהאט דארט געלערנט הונדערטער תלמידים. אין יאר הת"ש איז רבי אליעזר אריבער מיט די ישיבה קיין גרויסווארדיין.

רבי אליעזר איז געווען פון די אנגעזענע פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

ביי דעם חורבן אייראפע אין יאר התש"ד איז רבי אליעזר ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין תל אביב.

                                     

2. פאמיליע

אין יאר התרס"ז האט רבי אליעזר געהייראט מרת חיה - ג אדר ב התשי"ד, א טאכטער פון הרב יצחק מאיר העשל, פון קאפיטשניץ. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

                                     
  • רבי אליעזר האגער י א תשרי ה תרפ ה, 8טן אקטאבער 1924 - כ תמוז תשע ה, 7טן יולי 2015 באקאנט אויך אלס חכמת אליעזר און ברכת אליעזר איז געווען דער צווייטער
  • רבי אליעזר זאב האגער געב כ ג חשוון ה תשי ז איז דער וויזשניצער רבי פון ירושלים, און א לאנגיעריגער מעדיצינישער עסקן. רבי אליעזר זאב איז געבוירן געווארן
  • האגער בזיווג שני האט רבי ברוך געהייראט מרת צירל - ה אייר ה תשל ד א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת. זייערע קינדער: הרב אליעזר האגער
  • ברק. דער אמרי חיים הרב אליעזר האגער כ ב שבט ה תרנ א - ב אלול ה תש ו פון וויזשניץ. דער דמשק אליעזר הרב ברוך האגער ה תרנ ה - ב חשוון ה תשכ ד
  • אוהעל. מרת מלכה חנה רחל, ווייב פון הרב ישראל אליעזר פיש, ביקסאדער רבי אין וויליאמסבורג. רבי מנחם מענדל האגער וויזשניצער רבי אין קייאמישע לייק, קעטסקילס
  • יהושע האגער - וויזשניצער ראש ישיבה הרב ישראל ערנסטער, איידעם ביי רבי יוסף קאליש, אמשינאווער רבי אין אמעריקע מרת ריקל גיטל, די ווייב פון רבי ישראל אליעזר אדלער
  • האגער פון ווישעווע דמשק אליעזר - פון רבי אליעזר האגער מקור ברוך - פון רבי ברוך האגער סערעט פון סערעט וויזשניץ דברי תורה - פון רבי מרדכי האגער
  • אין די 1970ער יא רן צו רבי אליעזר זאב האגער היינט דער וויזשניצער רבי פון ירושלים, זון פון וויזשניצער רבי הרב מרדכי האגער ער איז אויפגעוואקסן אין דעם
  • זלמן לייב, זון פון רבי אליעזר ערנסטער, אב ד מאור חיים צפת. מרת הינדא, ווייב פון איר שוועסטער קינד ס זון, הרב שמואל צבי האגער זון פון רבי חיים מאיר
  • ערנסטער, זון פון רבי משה און מרת שבע ברכה, און איידעם פון רבי משה יהושע האגער דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק. פאר דער צווייטער וועלט קריג