ⓘ מנחם מענדיל האגער, ווישעווע. רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין יאר התרמה, דער בכור פון זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, דער אהבת ישראל, א זון פון הרב ברו ..

                                     

ⓘ מנחם מענדיל האגער (ווישעווע)

רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין יאר התרמ"ה, דער בכור פון זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזרל דזשיקאווער", א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

                                     

1. רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט רבי מנחם מענדיל איז מיין ספרים שאנק", און אז ער פארמאגט נישט אזויפיל ספרים, ווי רבי מנחם מענדיל פארמאגט אין קאפּ. ער האט באקומען היתר הוראה גאנץ יונג פונעם מהרש"ם, רבי שלום מרדכי שוואדראן פון בערזשאן.

פון יאר התרס"ח איז רבי מנחם מענדיל געווען רב אין וויזשניץ, און ראש הישיבה פון די ישיבה "בית ישראל". אין יאר התרפ"א איז ער אויסגעוויילט געווארן אלס רב אין אייבער־ווישעווע, וואו ער האט אויף געשטעלט אין יאר התרפ"ח א ישיבה "בית ישראל" מיט מער ווי 500 תלמידים.

רבי מנחם מענדיל איז געווען פון די פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

                                     

2. הסתלקות

רבי מנחם מענדיל איז נפטר געווארן אין קלויזענבורג נאך א שווערער אפעראציע מוצאי שבת קודש י"ג טבת התש"א, זיין ארון איז ארויף געברענגט געווארן כ"ט כסלו התשכ"ו און ער ליגט אין בני ברק.

                                     

3. פאמיליע

אין יאר התרס"ב האט רבי מנחם מענדיל געהייראט מרת יענטא מרים הי"ד - ה סיון התש"ד, א טאכטער פון זיין פעטער הרב מרדכי חאדאראוו, פון קאלאמייע. זייערע קינדער:

  • הרב ברוך האגער הי"ד כ"ט ניסן התרס"ח - כ"ט כסלו התש"ה, ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישעווע. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי צבי הירש רובין פון מישליניץ. די אונגארישע האבן אים קיין בודאפעשט. פון דארטן האט ער פרובירט אנטלויפן אין רומעניע אבער מען האט אים געכאפט און געשיקט קיין אוישוויץ.
  • הרב חיים יהודה מאיר האגער י"ז אלול התרע"ב - י"א אייר התשכ"ט, ווישאווער רבי אין ניו יארק און תל אביב.
                                     

4. ווישעווער הויף

אין תש"ס האבן די איבערגעבליבענע ווישעווער חסידים באנייט דעם הויף אין רמות, ירושלים, און זיי האבן באשטמיט רבי מענדילס אייניקל, רבי ברוך, ווישעווער רבי. זיינע ברידער, רבי מנחם מענדיל און רבי יצחק פירן רביסטעוועס אין מאנסי און בארא פארק, ניו יארק.