ⓘ דובער פון ליובאוויטש. רבי דובער איז געבוירן ט כסלו התקלד, אין דער אומגעבונג פון ליאזנא, א קליין שטעטל אין ווייסרוסלאנד נעבן וויטעבסק וואס האט דעמאלס געהערט צו פ ..

                                     

ⓘ דובער פון ליובאוויטש

רבי דובער איז געבוירן ט כסלו התקל"ד, אין דער אומגעבונג פון ליאזנא, א קליין שטעטל אין ווייסרוסלאנד נעבן וויטעבסק וואס האט דעמאלס געהערט צו פוילן, צו זיין פאטער הרב שניאור זלמן דער בעל התניא. און צו זיין מוטער מרת שטערנא א טאכטער הרב יהודה לייב סג"ל פון די אנגעזענע יידן אין וויטעבסק.

                                     

1. רבנות

אין יאר התקנ"א האט רבי דובער איבערגענומען דאס אנפירן מיט די יונגע חסידים. נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר התקע"ג האט מען אויפגענומען רבי דובער אלס ממלא מקום פון פאטער. אין דעם זעלבן יאר י"ח אלול האט דער מיטלער רבי זיך באזעצט אין ליובאוויטש. אין דעם יאר התקע"ד האט דער מיטעלער רבי אויפגעשטעלט א ספעציעלן קאמיטעט צוריק אויפצושטעלן די יידישע שטעטלעך אין ווייסרוסלאנד וואס זענען פארניכטערט געווארן אין קריגס צייט.

דער מיטעלער רבי האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגע ליבשאפט צו ארץ ישראל און אירע איינוואוינער. אין יאר התקע"ג אומגעפער האט ער געגרינדעט א ישוב פאר די חב"ד חסידים אין חברון, און ער איז געווען פון די ערשטע וואס האבן איינגעפירט די פושקעס פון רמבעה"נ פאר יידן וואס וואוינען אין ארץ ישראל.

                                     

2. פאמיליע

די רביצין פון רבי דובער האט געהייסן מרת שיינא. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם נחום שניאורסאהן התקמ"ט -, פון ניעזין.
  • הרב ברוך שמואל שניאורסאהן. א אלול התקפ"ב האט ער געהייראט מרת ביילא רייזא א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים אברהם שניאורסאהן, א זון פון בעל התניא.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב יקותיאל זלמן וואלעס, א זון פון הרב יוסף שלום בונם, אן איידעם פון הרב לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
  • מרת חיה מושקא - ח טבת התרכ"א, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב מנחם מענדל שניאורסאהן כ"ט אלול התקמ"ט - י"ג ניסן התרכ"ו, ממלא מקום פון זיין שווער.
  • מרת דבורה לאה - א סיון התרל"ו, די ווייב פון הרב יעקב ישראל טווערסקי התקנ"ד - י"ג אלול התרל"ו, פון טשערקאס.
  • מרת ברכה, די ווייב פון הרב יונה פון זשיטאמיר.
  • מרת מנוחה רחל י"ט כסלו התקנ"ט - כ"ד שבט התרמ"ח, די ווייב פון הרב יעקב כולי סלונים - ב טבת התרי"ז, פון חברון.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב אהרן אלעקסאנדראוו, פון שקלאוו.
                                     

3. זיינע ספרים

  • תורת חיים.
  • דרך חיים - תשובה.
  • קונטרס ההתפעלות.
  • שערי אורה - חנוכה און פורים.
  • שער היחוד.
  • מאמרי אדמו"ר האמצעי - אומגעפער צוואנציג בענדער.
  • פרוש המלות - תפילה.
  • אמרי בינה - ביאור אויף מצוות ק"ש און תפילין.
  • באורי-הזהר.
  • שערי תשובה - תשובה.
  • עיון תפילה - תפילה.
  • שער האמונה
  • עטרת ראש - דרשות אויף ימים נוראים.
                                     

הויפט זייט/כ חשוון

התרי"ב - נפטר געווארן רבי שלום ראזענפעלד פון קאמינקע התרכ"א - געבוירן רבי שלום דובער שניאורסאהן, אדמו"ר הרש"ב, דער פינפטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש דתתקי"ט - נפטר געווארן רבי אברהם אב"ד