ⓘ טעכנאלאגיע שטומף ..

++C

++C איז א העכערער ניווא אדער מיטלער ניווא פראגראמירן שפראך. זי איז געווארן אנטוויקלט אין 1979 דורך ביארנע סטרויסטרופ אלס פארבריידערונג פון C מיט אביעקט איינהייטן. אין 1983 האט די שפראך באקומען דעם נאמען ++C. די שפראך ווערט געניצט אסאך אין דער ווייכווארג אינדוסטריע.

IMDb

דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע איז אן אינטערנעץ וויסנשאפט דאטעבאזע וועגן פילמען, טעלעוויזיע סעריעס און ווידעא שפילן און זייערע אקטיארן, רעזשיסארן, פרעמיעס, פראגאמירער און איבריגע איינצלהייטן.

MAC אדרעס

א MAC אדרעס איז אַן אײגנארטיגער אידענטיפיצירער װעלכע איז באשטימט צו נעצװערק־אדאפטירערס אדער נעצװערק־קארטעס כדי זײ צו אידענטיפיצירן און קענען קאמיוניקירן מיט זיי. MAC אדרעסן ווערן באנוצט אלס א נעצווערק אדרעס פאר כמעט אלע IEEE 802 נעצווערק טעכנאלאגיעס, אריינגערעכנט ווייפיי און אינטערנעט. לאגיש גערעדט, ווערן די MAC אדרעסן באניצט אין דער ערשטער שיכטע פון דעם OSI Model. MAC אדרעסן ווערן געוועליך באשטימט און ארויפגעלייגט דורך די פראדוצירער פון א יעדע נעצווערק אינטערפעיס קארטל ניק, דער MAC אדרעס ווערט ארויפגעלייגט אויף דעם הארטווארג פון דער כלי.

אבסערוואטאריע

אן אבסערוואַטאריע איז א געביידע וואס האט איין אדער מער גרויסע טעלעסקאפן. אסטראנאמען ניצן אבסערוואטאריעס צו קוקן אויפן הימל. געווענלעך פלאצירט מען אבסערוואטאריעס הויך אויף בערג אדער בערגלעך, ווייל דארט איז די לופט ריין און מען קען זען קלאר מיטן טעלעסקאפ. וואס העכער מגייט, איז לויטערער און ריינער די לופט. אויך דארף אן אבסערוואטאריע זיין ווייט פון ערטער מיט אסאך ליכט, ווי שטעט. מיט צו פיל ליכט זען די אסטראנאמען גוט אדורך דעם טעלעסקאפ.

אויסגראבער

אן אויסגראָבער, גרעבער אדער עקסקאַוואַטאָר איז א סארט שווערע מאשין. אויסגראָבערס ווערן באניצט צו גראָבן אין דער באדן אדער צו באַוועגן גרויסע אָביעקטן. די באַזע פון דער מאשין האט געוויינטלעך צוויי קייטן פאר באַוועגונג. איבער די קייטן איז א פּלאַטפֿאָרמע וואס דרייט זיך אום 180° אדער 360° גראַד. דער אָפּעראַטאָר זיצט אין א קאבינע און קאנטראלירט דעם אויסגראָבער. איין קאנטראל סיסטעם באוועגט די מאשין הין און צוריק, און די אנדערע אַקטיוויזירט דעם אָרעם און די לאָפּעטע. אויסגראָבערס קומען אין פארשידענע גרייסן לויט דעם סארט ארבעט זיי פֿירן אויס. טייל אויסגראָבערס ניצן קאַבעלן, און טייל האבן רעדער א ...

                                     

USB

USB איז א פארגעשריטענער סטאנדארט פאר פארבינדען קאמפיוטערס מיט דרוקערס און אנדערע זאכן. קאמפיוטער פלאג וואס דינט פון פענטיום 2-קאפיוטערס און פון ווינדאוס 98 אפערירן סיסטעמען. אויך מעקינטאש קאמפיוטער פון דער מאדעל G3 און העכער.

                                     

Visual Basic.NET

VB.NET ווי. בי. דאט נעט איז אן אביעקט אריענטירט פראגראמירן שפראך, א פארגעשריטענע ווערסיע פון וויזועל בייסיק, און איז שוין מער געאייגנט פאר וועב פראגראמירן.

                                     

אובונטו

אובונטו לינוקס איז א דיסטריבוטיאָן אויף לינוקס אפערירן סיסטעם. סאיז זייער פאפולער פון די אלע לינוקס דיסטריבוטיאָן. די דיסטריבוטיאָן באַזירט אויף אפענער קאד אזוי ווי די אלע אויף לינוקס.

                                     

אויסלאד לאסטאויטא

אן אויסלאָד לאַסטאויטאָ איז א לאַסטאויטאָ וואס ווערט באנוצט צו פירן מאטעריאלן אזא ווי זאמד, זשווירן אדער שמעלץ פאר קאנסטרוקציע. א טיפישער אויסלאָד לאַסטאויטאָ טראגט אַ גרויסער אָפֿענעם קאַסטן מיט א הינטן עפֿענונג, וואס האט הידראָלישע פּיסטאָנען וועלכע אויפֿהייבן דער פֿאָדערטייל. דאס מאכט די מאטעריאלן אין דער קאַסטן ווערן אויסגעלאָדט אויפן באדן הינטערן דער אויטאָ ביי דאָס קאנסטרוקציע אָרט.

                                     

אינטערנאציאנאלער טעלפאן-קאד

דער אינטערנאציאנאלער טעלפאן-קאד, גערופן געוויינלעך לאנד-קאד, איז א נומערישער קאד וואס מען ניצט ביים אנדרייען א טעלעפאן נומער אין א פרעמד לאנד. ווען מען שרייבט א טעלעפאן נומער שרייבט מען א פלוס סימבאל + פארן לאנדקאד. דאס באצייכענט אז מען דארף אנדרייען דעם אינטערנאציאנאלן פרעפיקס פונעם לאנד פון וואס מען דרייט אן.

                                     

גאפל-הייבער

א גאָפּל-הייבער אדער הייבגאָפּל איז א סארט לאַסטאויטאָ מיט גרויסע מעטאַלע גאָפּלען מיט וועלכע מען טראגט און הייבט לאַסט. זי ווערט אפט באנוצט אין גרויסע מאגאזינען.

                                     

הייבמאשין

א הייבמאַשין אדער הייבער איז א מאשין וואס האט אן אויפֿהייבונג מעכאניזם, קאַבעלן און שטיצונג רעדער. זי קען ווערן באנוצט אויפצוהייבן אדער אַראָפּנידערן זאכן אדער צו באוועגן זיי לינקס און רעכטס. הייבמאַשינען זענען אפט באנוצט אין דער קאנסטרוקציע אינדוסטריע און אויך אין שאפן אדער באוועגן שווערע זאכן.

                                     

לופע

א לופע איז א לינז וואס מען ניצט צו פארגרעסערן קליינע זאכן אדער שריפט כדי מזאל זיי זען בעסער. צו פארגרעסערן קליינע שריפט ניצט מען א גרעסערע לופע מיט א הענטל. א קליינע לופע וואס מען לייגט אינעם אויג ניצט מען צו באקוקן בריליאנטן.

                                     

סירענע (אלארם)

דער ארטיקל דיסקוטירט דער אַלאַרם אַפּאַראַט. טאמער זוכט איר די מיטאָלאָגישע פֿיגורן, זעט סירענע מיטאלאגיע. א סירענע איז א זייער הויך סארט ליאַרעם-אַפּאַראַט. בירגער-באַשיצונג סירענעס ווערן מאָנטירט אין שטייענדיקע לאָקאַציעס און ווערן באניצט צו ווארענען פון נאטירלעכע קאַטאַסטראָפֿעס אדער פון אטאקעס. אויך ווערן סירענעס באניצט אויף עמערגענץ דינסטן פארמיטלען ווי אמבולאנסן, פאליציי אויטאס און לעשאויטאס. עס זענען דא צוויי סארטן סירענעס אין אַלגעמיין: לופט און עלעקטראניש.

                                     

ציינראד

א ציינראָד איז א מעכאַנישער טייל מיט ציין וואס איינהעפֿטן זיך מיט ציין אויף אן אנעדערער טייל צו איבערפירן אדער באקומען קראפט און באוועגונג. א סך געשמעלץ, באגיסנדיקע אייזנס, פודער-מעטאַלורגיע און פלאסטיק ווערן באנוצט אין ציינרעדער פאבריקאציע. אבער, שטאָל איז דער מערסט אפט באנוצטער מאטעריאל צוליב די הויכע שטאַרקייט קעגן וואָג-געניטיוון און זיין ווערט.

                                     

שטאטישער ווערטערבוך

שטאטישער ווערטערבוך איז אן אינטערנעץ ווערטערבוך פון סלענג ווערטער. דער וועבזייטל איז געגרינדעט געווארן אין 1999 דורך דער קאליפארניע פּאָליטעכנישע שטאט אוניווערסיטעט ערשטיארלער אהרון פּעקהעם. דער וועבזייטל איז געראנגקט געווארן אלס נומער 29 אין דער "צייט" ליסטע פון די 50 בעסטע וועבזייטלעך פון 2008.