ⓘ יצחק פון דראהאביטש. רבי יצחק איז געבוירן אין יאר התנה אומגעפער צו זיין פאטער רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו ז ..

                                     

ⓘ יצחק פון דראהאביטש

רבי יצחק איז געבוירן אין יאר התנ"ה אומגעפער צו זיין פאטער רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת יענטא די נבואה.

רבי משה זאווריש איז געווען באקאנט אלס הייליגער מענטש, אינגאנצן אויסגעטון פון דער וועלט, און פלעגט פאסטן פון שבת צו שבת. די גויים ארום אים האבן שטארק געציטערט פון זיין גרויסקייט, וואס האט ארויסגערופן א שרעקליכע האס אויף אים, דערפאר האבן זיי אים אנגעקלאגט ביי דעם פריץ, אז רבי משה איז א שפיאן, דער פריץ האט אים געלאזט רופן ערב שבת און אים פאראורטיילט צום הארגענען מיט א מיתה משונה, און באפוילן מען זאל אין אים אריינשטעקן א האלצענעם באלקן און אדורך לעכערן זיין קערפער און צורייסן זיינע בני מעיים, רבי משה איז געווען אינגאנצן באהאפטן דבוק צום אייבערשטען און גארנישט געשפירט וואס מען טוט מיט אים, ביז זיין נשמה איז אויסגעגאנגן, הי"ד. רבי יוסף ספראוועדליווער, ער האט פארדינט זיין צו-נאמען איבער זיין ערליכקייט און באגלייבטקייט. רבי יוסף האט פארברענגט לאנגע שטונדן ביים דאווענען, און נישט געוואלט האבן קיין פארגעניגן פון דער וועלט. דער בעל שם טוב האט זייער שטארק געוואלט זיך טרעפען מיט רבי יוסף, נאך זיין רביציןס פטירה האט רבי יוסף זיך געקליבן ארויף צו פארן קיין ארץ ישראל, איז ער אריין געפארן קיין מעזשביזש צום בעל שם טוב, און איז דארט פארבליבן א צייט, נאכהער איז ער ארויף געפארן קיין ארץ ישראל. אויסער דעם זון רבי יצחק, האט רבי יוסף געהאט א טאכטער די ווייב פון רבי נחמן האראדענקער.
                                     

1. זיין געשיכטע

אין אגרא דפרקא ווערט געברענגט, אז דער בעל שם טוב האט געזאגט פאר רבי מיכלי זלאטשאווער, אז זיין פאטער האט באקומען זייער א נידריגע נשמה און האט איר אויף געהויבן ביז צו דער הויכקייט פון דעם תנא רבי שמעון בר יוחאי.

רבי יצחק איז געווען פון די גרויסע מקובלים פון זיין צייט, ערשט ער האט געדינט אלס מגיד אין נאווי-פאליע, שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין בראד, און זיך באהאפטן מיט די גרויסע לייבן פון בראדער קלויז.

פון בראד האט מען אים אויף גענומען אלס מגיד אין דראהאביטש, נאכהער אין אוסטראה און פון דארט איז ער געגאנגען קיין הארחאוו.

רבי יצחק איז פון אנפאנג געווען פון די גרויסע קעגנערס פון דרך פון בעל שם טוב, שפעטער איז ער אליין צוגעצויגן געווארן און זיך געפירט אויף דעם דרך.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי יצחק האט געהייראט מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש פון די תלמידי האר"י. זיי האבן איבערגעלאזט א זון מיט צוויי טעכטער:

  • הרב יחיאל מיכל, מגיד פון זלאטשאוו.
  • מרת באסיל, די ווייב פון הרב נחמן ליטוואק‏ - כ"ו אלול התקנ"ו, פון ראדוויל.
  • מרת נעכא, די ווייב פון הרב אליעזר כתבן