ⓘ יחיאל מיכל פון זלאטשאוו. רבי יחיאל מיכל איז געבוירן אין בראד אין יאר התפא אומגעפער צו זיין פאטער רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב א ..

                                     

ⓘ יחיאל מיכל פון זלאטשאוו

רבי יחיאל מיכל איז געבוירן אין בראד אין יאר התפ"א אומגעפער צו זיין פאטער רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש.

                                     

1. זיין פאמיליע

רבי מיכלי האט געהייראט מרת רעכיל, א טאכטער פון רבי משה פון שדה לבן. זיי האבן איבערגעלאזט פינף זין, ער האט געזאגט זיי זענען צוגעגליכן צו די פינף חומשים:

  • הרב יוסף - כ"ד טבת התקע"ב, פון יאמפאלא.
  • הרב יצחק - י"א אייר התקצ"ה, פון ראדוויל.
  • הרב זאב וואלף - ג ניסן התקפ"ב, פון זבאריזש.
  • הרב משה - י אייר התקצ"א, פון זוועהיל.
  • הרב מרדכי התק"ו - י"ג תמוז התק"ף פון קרעמניץ.
  • מרת מרים, די ווייב פון הרב דוד הלוי - י"א תשרי התק"ע פון סטעפין.
                                     

2. זיינע תלמידים

  • רבי משולם פייוויש הלוי העלער פון זבאריזש, מחבר פון "יושר דברי אמת"
  • רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ, מחבר פון די ספרים "באר מים חיים" און "סידורו של שבת"
  • רבי דוד שלמה אייבעשיץ פון סאראקע, מחבר פון "לבושי שרד" אויף שולחן ערוך און "ערבי נחל" אויף תורה