ⓘ מרדכי טווערסקי. רבי מאטעלע איז געבוירן געווארן אין יאר התקל, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רב ..

                                     

ⓘ מרדכי טווערסקי

רבי מאטעלע איז געבוירן געווארן אין יאר התק"ל, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה אן אייניקל פון הרב יצחק שפירא, רב אין לובלין, א זון פון הרב נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע, "דער מבוא השערים".

                                     

1. רבנות

נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר התקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען דעם פאטערס ארט, אלס רבי פון דעם טשערנאבילער הויף.

אנדערש ווי זיין פאטער, וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מאטעלע זיך געפירט מיט אויף א ברייטערען פארנעם. עס איז באקאנט אז ער פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גאר גרויסע באטרעגער פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט רבי מאטעלע געניצט אויף אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים נסתרים, א אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרהס.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי מאטעלע האט געבוירן אכט זון וואס יעדער פון זיי האט אנגעהויבן אן אייגענע הויף. דער פאטער האט זיי אנגערופן זיין "מנורה הטהורה".

רבי מאטעלע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב אהרן פון קארלין. זייערע קינדער:

  • הרב אהרן טווערסקי התקמ"ד - ח כסלו התרל"ב, פון טשערנאביל.
  • הרב משה טווערסקי התקמ"ט - י"ח טבת התרכ"ו, פון קאריסטשאוו.
  • הרב יעקב ישראל טווערסקי התקנ"ד - י"ג אלול התרל"ו, פון טשערקאס.
  • מרת מלכה, די ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון הרב יוסף - כ"ד טבת התקע"ב, פון יאמפילא. א זון פון זלאטשאווער מגיד.

בזיווג שני האט רבי מאטעלע געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב דוד לייקעס - כ"א ניסן התקי"ט. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם נחום טווערסקי התקס"ה - ז תשרי התרי"א, פון מאקאראוו.
  • הרב אברהם טווערסקי התקס"ו - ב תמוז התרמ"ט, פון טוריסק.
  • הרב דוד טווערסקי התקס"ח - י אייר התרמ"ב, פון טאלנא.
  • הרב יצחק טווערסקי התקע"ב - י"ז ניסן התרמ"ה פון סקווירא, באקאנט אלס "רבי איציקל סקווערער".
  • הרב יוחנן טווערסקי התקע"ו - ד ניסן התרנ"ה, פון רחמיסטריווקא.
  • מרת חנה חיה, די ווייב פון הרב דוד האראדעצקי, א זון פון איר פעטער, הרב מאיר האראדעצקי, א זון פון הרב דוד לייקעס.
  • מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב דוב בער פרידמאן התקפ"א אומגעפער - י"ג כסלו התרל"ו), פון ליעווא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.