ⓘ יעקב ישראל טווערסקי. רבי יעקב ישראל איז געבוירן אין יאר התקנד, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנ ..

                                     

ⓘ יעקב ישראל טווערסקי

רבי יעקב ישראל איז געבוירן אין יאר התקנ"ד, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון הרב אהרן הגדול פון קארלין.

                                     

1. רבנות

אין יאר התקצ"ד איז רבי יעקב ישראל אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין הארניסטייפל, און אנגעהויבן פראווען רביסטעווע, אין יאר התר"ך איז אריבער קיין טשערקאס.

                                     

2. זיין פאמיליע

ו שבט התקע"א האט רבי יעקב ישראל געהייראט אין לאדי מרת דבורה לאה - א סיון התרל"ו, א טאכטער פון הרב דובער פון ליובאוויטש. זייערע קינדער:

  • מרת שרה פריידא די ווייב פון הרב מנחם נחום שניאורסאהן פון ניעזען.
  • הרב מרדכי דוב טווערסקי - ט"ז ניסן התר"ף, פון טומשפאל.
  • הרב משה זלמן טווערסקי, פון טשמישלה.
  • מרת אדל
  • מרת שטערנא פייגא רחל די ווייב בזיווג ראשון פון הרב משולם זוסיא יצחק אויערבאך התקע"ט - התרמ"ב, רב אין טאלמיטש.
  • מרת פייגא די ווייב פון הרב יוסף ראבינאוויטש פון בופאלא, אמעריקא
  • מרת שרה בתיה די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אהרן משה שניאורסאהן. בזיווג שני די ווייב פון הרב מאיר אלטער הלוי שפירא, רב אין לובני, פאלטאווע.
  • הרב מרדכי דוב טווערסקי רב אין הארנאסטייפל, אין יאר התרט"ז האט ער געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
  • מרת חנה חייטשע די ווייב פון הרב מרדכי פון סלחוב.
  • מרת חישא ברכה
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב יוסף יצחק שניאורסאהן התקפ"ב - י"ח כסלו התרל"ז, פון אוורוטש
  • רבי שניאור זלמן מרדכי שניאורסאהן, - כ"ד ניסן התרכ"ו פון זשיטאמיר.
  • מרת שיינא ברכה, די ווייב פון רבי נפתלי הירץ דוליצקא פון קאמינקא.
  • מרת שטערנא שרה, די ווייב פון רבי שלום דובער שניאורסאהן, רבי פון ליובאוויטש
  • רבי נחום דובער שניאורסאהן, - י"ד ניסן התרנ"ד.
  • רבי אהרן משה שניאורסאהן, פון אוורוטש