ⓘ מנחם נחום טווערסקי, מאקאראוו. רבי נחום איז געבוירן אין יאר התקסה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טש ..

                                     

ⓘ מנחם נחום טווערסקי (מאקאראוו)

רבי נחום איז געבוירן אין יאר התקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.

                                     

1. זיין פאמיליע

רבי נחום האט געהייראט מרת הינדא מאטיל א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ, פון טורטשין, א זון פון הרב יעקב יצחק פון לובלין, דער חוזה. זייערע קינדער:

  • הרב יעקב יצחק טווערסקי - ל ניסן התרנ"ב, פון מאקאראוו. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל אבא שפירא, פון סלאוויטא, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אייגינטימער פון דעם באקאנטן דריקעריי אין סלאוויטא.
  • הרב משה מרדכי טווערסקי - כ טבת התר"ף, פון מאקאראוו, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע רוקח התקפ"ה - כ"ג שבט התרנ"ד, רב אין בעלזא.
  • מרת חיה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב ברוך מאיר טווערסקי - ה אייר התרע"א, פון זארינץ.
  • הרב ישעיה טווערסקי - כ"ב חשוון התר"ף, פון מאקאראוו, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים מנחם העשל פון זשינקאוו.
  • הרב דוד טווערסקי - כ"ד חשוון התרס"ג, פון מאקאראוו, ער האט געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב אברהם טווערסקי התקס"ו - ב תמוז התרמ"ט, פון טוריסק.
  • מרת חיה, די ווייב פון הרב אשר פון סטאלין - ט"ו מנחם אב התרל"ג. זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר טאכטער
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי - ח תמוז התרע"ג פון קאזמיר.
  • מרת שיינא צביא די ווייב פון הרב צבי אריה לאנדא - י"א תשרי התקע"ב, פון אליק
  • מרת אדל, די ווייב פון הרב מרדכי מרגליות, פון דוסיבאר, א זון פון הרב מנחם נחום מרגליות רב אין מאציעוו.