ⓘ אברהם טווערסקי, טוריסק. רבי אברהם איז געבוירן אין יאר התקסה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאב ..

                                     

ⓘ אברהם טווערסקי (טוריסק)

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר התקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס. ווען ער איז געווען אלט צוויי און א האלב יאר איז ער געפארן מיט זיין פאמיליע קיין ליאזני אויף א חתונה.

                                     

1. רבנות

נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר התקצ"ז האט רבי אברהם זיך געצויגן אין דער שטאט טוריסק וואו ער איז געווארן מגיד און האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי אברהם האט געהייראט מרת ריקל א טאכטער פון הרב יעקב אריה לייב שפירא פון קאוולא, א זון פון הרב מרדכי שפירא פון נעשכיז. זייערע קינדער:

  • הרב מנחם נחום טווערסקי כ"ב סיון התקפ"ט - ד תמוז התרמ"ז, פון בריסק.
  • הרב מרדכי טווערסקי הת"ר - ח תמוז התרע"ז, פון קאזמיר.
  • הרב יעקב אריה לייב טווערסקי התר"ז אומגעפער - כ"ח אייר התרע"ח), פון טוריסק
  • מרת שיינא רייזא, די ווייב פון הרב אפרים מרגליות, א זון פון הרב חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בזיווג ראשון.
  • מרת שבע, די ווייב פון הרב אברהם דוב טווערסקי פון רחמיסטריווקא
  • מרת פייגא מינטשע. די ווייב פון הרב יצחק מאיר העשל דער צווייטער, פון זשינקאוו.
  • מרת חיה, די ווייב פון הרב שלום יוסף פרידמאן התר"ך - ז טבת התרמ"ג, פון הוסיאטין.
  • מרת מינטשע די ווייב פון הרב שמואל העשל פון זשינקאוו.
  • מרת גיטל, די ווייב פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון מאקאראוו.
  • מרת מלכה, די ווייב פון הרב אפרים מרגליות, א זון פון הרב חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בזיווג שני.
  • מרת יוכבד, די ווייב פון הרב משה טווערסקי, פון קאריסטשאוו, א זון פון איר פעטער הרב מרדכי טווערסקי.
  • מרת גיטל לאה, די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי התר"ב - א ר"ח אדר התרע"ו, פון קאריסטשאוו, א זון פון איר פעטער הרב משה טווערסקי פון קאריסטשאוו.
  • מרת צפורה, די ווייב פון הרב ישראל טווערסקי - כ"ז אלול התרע"ט, פון סקווירא, א זון פון איר פעטער הרב יצחק טווערסקי, פון סקווירא.
  • מרת פייגא, די ווייב פון הרב דוד טווערסקי - כ"ד חשוון התרס"ג, פון מאקאראוו, א זון פון איר שוועסטער-קינד הרב יעקב יצחק טווערסקי, פון מאקאראוו.