ⓘ 1973. ‏ 1973 איז דאס 73סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1973 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן ..

                                     

ⓘ 1973

‏ 1973 איז דאס 73סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 1973 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג.

אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

1973 איז געווען א נארמאל יאר וואס האט אנגעהויבן מאנטיק.

                                     

1. געשעענישן

  • 1טן יאנואר - אירלאנד, דאס פאראייניגטע קעניגרייך און דענמארק טרעטן אריין אינעם אייראפעישן פארבאנד
  • 24סטן סעפטעמבער - גינע-ביסאו פראקלאמירט זיין זעלבשטענדיקייט פון פארטוגאל
  • 23סטן סעפטעמבער - ביי די וואלן פאר פרעזידענט אין ארגענטינע ווערט חואן דאמינגא פעראן געוויילט צוריק
  • 24סטן מיי - פראפעסאר אפרים קציר איינגעשוואוירן פרעזידענט פון ישראל
  • 10טן יולי - די באהאמא אינזלען ווערן אומאפהענגיק פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

אלס ענטפער צו דער יום כיפור מלחמה, האבן די אראבישע לענדער וואס געהערן אן צו אפעק דערקלערט אן עמבארגא, און אויפגעהערט צו עקספארטירן נאפט אין אייראפע. עס איז געווען פון די שווערסטע אויל קריזיסן אין דער היסטאריע, זינט די וועלט איז אריבער צו אויל צו פראדוצירן ענערגיע.

                                     

2. געשטארבן

  • 8טן אפריל - פאבלא פיקאסא, שפאנישער מאלער און סקולפטאר געב 1881
  • 22סטן יאנואר - לינדאן זשאנסאן, דער זעקס און דרייסיגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן געב 1908
  • 1טן דעצעמבער - דוד בן גוריון, ערשטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל
  • 6טן יולי - אטא קלעמפערער, דיריגענט געב 1885