ⓘ אברהם יהושע העשיל טווערסקי, לאיעוו. רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן עשרה בטבת התרך צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערס ..

                                     

ⓘ אברהם יהושע העשיל טווערסקי (לאיעוו)

רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן עשרה בטבת התר"ך צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים.

                                     

1. הסתלקות

רבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן י"ח תמוז התרע"ד, און דער שטאט אטוואצק, און מען האט אים באערדיגט אין דעם בית החיים פון דעם דערבייאיגן שטעטל קארטשעוו.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יעקב שפירא פון דעלאטין, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. פון זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב מרדכי ישראל טווערסקי הי"ד, פון חאטין.
  • מרת צפורה, די ווייב פון הרב יצחק טווערסקי, א זון פון הרב משה דן טווערסקי, פון סקווירא.
  • מרת חנה חיה, די ווייב פון הרב אברהם יעקב פערלאוו - ו אייר התש"ו, פון סטאלין - ניו יארק.
  • הרב חיים יצחק טווערסקי פון לאיעוו התרמ"ו - כ"ד ניסן התש"ג. ער האט געהייראט מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד.