ⓘ חיים יצחק טווערסקי. רבי חיים יצחק איז געבוירן אין יאר התרמו אומגעפער צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי, פון טשודנאוו, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פ ..

                                     

ⓘ חיים יצחק טווערסקי

רבי חיים יצחק איז געבוירן אין יאר התרמ"ו אומגעפער צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי, פון טשודנאוו, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים. און צו זיין מוטער מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יעקב שפירא, פון דעלאטין, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער.

                                     

1. רבנות

נאך א צייט וואס ער איז געווען אין מוזשיר האט זיך רבי חיים יצחק געצויגן קיין קיעוו אין יאר התרפ"ג וואו ער האט געהאט אן ערלויבניש פון דער רעגירונג צו פירן א בית מדרש מיט געציילטע מענטשן. שפעטער האט מען אנולירט זיין ערלויבניש אבער ער האט געפראוועט דארט ווייטער די רביסטעווע באהאלטענעהייט, מיט א בית מדרש, א מקווה און א מלמד פאר חדר יינגלעך. אין יאר התרצ"ז איז ער דערפאר איינגעזעצט אין טורמע אין קיעוו, וואו מהאט נישט אריינגעלאזט קיין כשר עסן. שפעטער האט מען אים געמשפטעט צו אכט יאר גלות אין סיביר.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי חיים יצחק האט געהייראט מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד, רב אין טשחויוו, דער יונגסטער זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. זייערע קינדער:

  • הרב משולם זוסיא טווערסקי התרע"ו - התשמ"ח, טשערנאבילער רבי פון בני ברק.
  • הרב יעקב טווערסקי פון ארץ ישראל.
  • הרב מרדכי טווערסקי הי"ד.
  • פריידא געשטארבן יונגערהייט
  • הרב ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון בארא פארק.
  • הרב יהושע העשיל טווערסקי, ער האט געהייראט מרת מרים חנה א טאכטער פון הרב אהרן מרדכי ראטנער.
  • הרב מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון בני ברק, ער האט געהייראט מרת נחמה א טאכטער פון הרב אלחנן היילפרין, פון לאנדאן.
  • די ווייב פון הרב ניסן ראזענבוים פון קרעטשניף
  • הרב חיים יצחק טווערסקי
  • מרת חנה די ווייב פון הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ.
  • הרב דוד יחיאל טווערסקי.
  • מרת רבקה מרים.
  • מרת יוכבד.
  • מרת מירל