ⓘ יצחק פון ראדוויל. רבי איציקל איז געבוירן אין יאר התקיא צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדל ..

                                     

ⓘ יצחק פון ראדוויל

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר התקי"א צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש.

                                     

1. רבנות

רבי איציקל איז געווען באוואוסט פאר זיין צדקות און גרויסקייט אין לערנען, רבי איציקל שרייבט אין זיין ספר אור יצחק, אז זיין פאטער האט אויף אים געזאגט אז ער איז געגליכן צום חומש שמות, דיין לעבען וועט שטענדיג זיין פארנימען מיט אויסוואנדערונגן פון ארט צו ארט, און זיין געפלאגט פון קריגערייען, אבער די תורה וועט זיין אין דיר וויבאלד דער תורה איז געגעבן געווארן אין דעם ספר.

רבי איציקל איז ערשט געווען רב אין ראדוויל, שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אויף זיין צווייטן שווערס ארט אין נאדווארנא, נאך א קורצע צייט האט זיך דארט צופלאקערט א פייער צווישן רבי איציקלס חסידים און צווישען די קאסאווער חסידים איבער די שוחטים פון שטאט, און רבי איציקל איז צוריק געפארן קיין ראדוויל.

א צייט שפעטער האט דער חוזה פון לובלין ערלעדיגט מען זאל אויפנעמען רבי איציקל רב אפאטשנא, אויך איז רבי איציקל געווען א צייט רב אין רימאנאוו, באטאשאן, פאלטישאן, און אין יאס.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי איציקל האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב משה שהם פון דאלינא.זייערע קינדער:

  • הרב דן פון ראדוויל - כ"ה ניסן התקצ"ח, ממלא מקום פון פאטער אין ראדוויל.
  • רחל, די ווייב פון הרב ישעיהו מושקאט, רב אין פראגא, דער "ראשי בשמים".

בזיווג שני האט רבי איציקל געהייראט א טאכטער פון הרב צבי הירש פון נאדווארנא פארפאסער פון ספר "צמח ד לצבי". זייערע קינדער"

  • די ווייב פון הרב צבי רבי ישעיס, פון האליטש.