ⓘ מרדכי פון קרעמניץ. רבי מרדכי איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין ..

                                     

ⓘ מרדכי פון קרעמניץ

רבי מרדכי איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש.

                                     

1. זיין געשיכטע

רבי מרדכי איז געווען פון א תלמיד פון הרב אלימלך פון ליזשענסק, ער איז געווען באקאנט פאר זיין שארפקייט און קלוגשאפט.

צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי אברהם דוב אויערבאך פון אוורוטש, רבי ישעיה שור מחבר פונעם ספר כליל תפארת און רבי מאיר פרעמישלאנער.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי מרדכי האט געהייראט א טאכטער פון הרב אליעזר פון קאלבאסאוו. זייערע קינדער:

  • הרב יוסף יאסקא פון וואלטשיסק.
  • די ווייב פון הרב יוסף דוד לאנדא, פון אליק.
  • הרב בנימין
  • הרב ישראל
  • חוה, די ווייב פון הרב אהרן פערלאוו כ"ט אייר התקס"ב - י"ז סיון התרל"ב פון קארלין.
  • הרב יחיאל מיכל פון ווישנעוויץ.
  • הרב יצחק, פון גערנעוו.