ⓘ יצחק מאיר העשל, זשינקאוו. רבי יצחק מאיר איז געבוירן אין יאר התקלו, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא דער אוהב ישראל, און צו זיין מוטער מרת חיה שרה ..

                                     

ⓘ יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)

רבי יצחק מאיר איז געבוירן אין יאר התקל"ו, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא דער "אוהב ישראל", און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב יעקב פון טיטשין.

                                     

1. רבנות

רבי יצחק מאיר איז געווען די רעכטע האנט פון זיין פאטער, פון יאר התק"ס איז רבי יצחק מאיר געווארן רב אין קאלבאסאוו, יארן שפעטער האט ער אנגענומען דאס מגידות אין זשינקאוו. דאס וואוינען אין זשינקאוו איז אים זייער געווען צום הארצן וויבאלד סאיז נישט געווען דארט קיין קירכע.

                                     

2. פאמיליע

רבי יצחק מאיר האט געהייראט מרת מירל - י"ג מנחם אב התר"ד א טאכטער פון הרב חיים יעקב שטראם רב אין דוקלא. זייערע קינדער:

  • הרב משולם זוסיא העשל התקע"ג - ג אלול התרכ"ד, פון זשינקאוו.
  • הרב מענדל העשל, ער האט געהייראט מרת חיה מלכה א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין.
  • מרת רחל, די ווייב פון הרב שמואל אשכנזי פון קאלוש.