ⓘ משולם זוסיא העשל, זשינקאוו. רבי משולם זוסיא איז געבוירן אין יאר התקעג, צו זיין פאטער הרב יצחק מאיר העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפט ..

                                     

ⓘ משולם זוסיא העשל (זשינקאוו)

רבי משולם זוסיא איז געבוירן אין יאר התקע"ג, צו זיין פאטער הרב יצחק מאיר העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת מירל א טאכטער פון הרב חיים יעקב שטראם רב אין דוקלא.

                                     

1. רבנות

רבי משולם זוסיא איז אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין זשינקאוו אויף זיין פאטערס ארט. זעכציג געמיינדעס האבן אים אויפגענומען אלס מגיד, און זיך אונטערגעווארפן אונטער זיין אויטאריטעט.

אין יאר התרכ"ג האט רבי משולם זוסיא געדריקט דעם ספר אוהב ישראל פון זיין זיידן, און ער האט צוגעלייגט פארשידענע הגהות.

                                     

2. פאמיליע

רבי משולם זוסיא האט געהייראט מרת סימא א טאכטער פון הרב ישראל, אן איידעם פון הרב משה צבי פון סאווראן. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם יהושע העשל התקצ"ב - י"ט תשרי התרמ"א, פון מעזשביזש.
  • הרב חיים מנחם העשל התקצ"ז - כ"ד סיון התרנ"ג, פון זשינקאוו.
  • הרב שמואל העשל הת"ר אומגעפער - י"ב ניסן התרכ"ב), פון קרילעוויץ
  • הרב יחיאל העשל התר"ג - ט תמוז התרע"ו, פון קרילעוויץ
  • מרת חיה שרה שמחת תורה התקצ"ט - ט"ו שבט התרס"ו, די ווייב פון הרב יצחק יואל ראבינאוויטש הת"ר אומגעפער - כ"ד תמוז התרמ"ה), פון קאנטיקוזבה.
  • מרת סאשא ביילא, די ווייב פון הרב משה שפירא פון סלאוויטא.
  • מרת רחל, די ווייב פון הרב אהרן לייב ברונפמאן פון שיטאווא.