ⓘ חיים מנחם העשל. רבי חיים מנחם איז געבוירן אין יאר התקצז, צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון ..

                                     

ⓘ חיים מנחם העשל

רבי חיים מנחם איז געבוירן אין יאר התקצ"ז, צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת סימא א טאכטער פון הרב ישראל, אן איידעם פון הרב משה צבי פון סאווראן.

                                     

1. פאמיליע

רבי חיים מנחם האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב דוד טווערסקי פון טאלנא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת אסתר דינה א טאכטער פון הרב יחיאל מיכל פון קאשיווקא. זיינע קינדער:

  • הרב פנחס העשל, פון זשינקאוו.
  • הרב משה העשל, פון זשינקאוו.
  • הרב משולם זוסיא העשל התרל"א - י אדר התר"ף, פון מעזשביזש.
  • מרת חיה שרה - ל שבט התר"ף, די ווייב פון הרב ישעיה טווערסקי - כ"ב חשוון התר"ף, פון מאקאראוו.
  • מרת דבורה.