ⓘ ישראל שלום יוסף העשל. רבי ישראל שלום יוסף איז געבוירן חשוון התריג, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, ..

                                     

ⓘ ישראל שלום יוסף העשל

רבי ישראל שלום יוסף איז געבוירן חשוון התרי"ג, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת לאה רחל א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.

                                     

1. פאמיליע

בזיווג ראשון האט רבי ישראל שלום יוסף געהייראט אלול התרכ"ו מרת שרה רבקה - כ"ה סיון התרמ"ז, א טאכטער פון זיין פעטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בת שבע טרינא הי"ד א טאכטער פון הרב יעקב שמשון חאדאראוו, רב אין באהופולי. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם יהושע העשל הי"ד התרנ"ב - ד ניסן התש"ג, פון מעזשביזש - טארניפאל. ער האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק מאיר העשל פון קאפיטשניץ.
  • הרב יצחק מאיר העשל, פון מעזשביזש - חיפה.
  • הרב משה העשל הי"ד - ד ניסן התש"ג.
  • מרת חוה שרה, די ווייב פון הרב מרדכי שלמה פרידמאן י"ג תשרי התרנ"א - ה אדר התשל"א, באיאנער רבי פון ניו יארק.
  • מרת מירל התרנ"ח - ד אדר התשמ"ב, די ווייב פון הרב מרדכי שלום יוסף פרידמאן י"ז כסלו התרנ"ז - כ"ט ניסן התשל"ט, פון סאדיגורא-תל אביב.
  • מרת לאה רחל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל פיינער פון קראקא.
  • מרת חיה מרים סימא.