ⓘ וויילס איז א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. עס איז איינס פון די פינף קעלטישע פעלקער. וויילס האט גרענעצן מיט ענגלאנד צו מזרח, דעם אירישן ים צו צפון און מערב, ..

                                     

ⓘ וויילס

וויילס איז א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. עס איז איינס פון די פינף קעלטישע פעלקער. וויילס האט גרענעצן מיט ענגלאנד צו מזרח, דעם אירישן ים צו צפון און מערב, און דעם בריסטאל־קאנאל צו דרום. די הויפטשטאט פון וויילס איז קארדיף, מיט א באפעלקערונג פון 325.000. די נאציאנאלע זאמלונג פון וויילס זיצט אין קארדיף.

די העכסטע בערג אין וויילס זענען אין גווינעד פראווינץ, אין צפון-מערב, צווישן זיי סנאדן אדער Yr Wyddfa, וואס איז די העכסטע שפיץ אין וויילס מיט 1085 מעטער 3.560 פיס.

וויילס האט א באפעלקערונג פון קנאפע דריי מיליאן. די מערהייט וואוינט אין דרום און מזרח פונעם לאנד. די הויפט שפראכן וואס מען רעדט אין וויילס זענען ענגליש און וועלשיש. וועלשיש איז א קעלטישע שפראך, נאענט צו קארניש און ברעטאן. אומגעפער איין מענטש פון פינף אין וויילס קען דאס רעדן.