ⓘ אלעקסאנדער, הויף. אלעקסאנדער אין פוילן, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רביס פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע וואס ה ..

                                     

ⓘ אלעקסאנדער (הויף)

אלעקסאנדער אין פוילן, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רביס פון דער אלעקסאנדער דינאסטיע וואס האט זיך אנגעהויבן פון רבי יחיאל דאנציגער א זון פון רבי שרגא פייוול דאנציגער פון גריצא, וואס איז געווען דער רבי פון די ווארקער חסידים נאך דער פטירה פון דער אלטער ווארקער רבי. אלעקסאנדער פארן קריג איז געווען פון די גרעסטע חסידותן אין פוילן.

דאס אלעקסאנדער חסידות איז אן אפצווייג פון ווארקא, נאך דער פטירה פון רבי בעריש ביאלער.

היינט איז געבליבן עטלעכע הונדערטער משפחות אלעקסאנדער חסידים אין דער וועלט. דאס חסידות איז הויפטקווארטירט אין בני ברק און האלט אויס חינוך מוסדות איינשליסנדיק כוללים, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה; אויך שטיבלעך אין ירושלים, מודיעין עילית, אנטווערפן, בארא פארק, לייקוווד, מאנסי און לאנדאן.

אין קליוולאנד, אהאיא, וואוינט רבי שניאור זלמן, א ברודער פונעם רבין אין ארץ ישראל, און ער איז רב פון א שול דארט.

                                     

1. דער דאנציגער בוים

רבי שרגא פייוול דאנציגער - כ"ג תשרי התר"ט, פון גריצא.

  • רבי שמואל צבי דאנציגער - ל תשרי התרפ"ד, פון אלעקסאנדער, דער תפארת שמואל.
  • רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער התרל"ט -, פון אלעקסאנדער, דער עקידת יצחק.
  • רבי ישראל דאנציגער
  • רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער - כ"ט טבת התר"ע, פון אלעקסאנדער, דער ישמח ישראל.
  • די ווייב פון רבי שלמה וויינבערג פון באראנאוויטש.
  • רבי יחיאל דאנציגער - י"ד שבט התרנ"ה, פון אלעקסאנדער.
  • די ווייב פון רבי אברהם בארנשטיין פון קוטנא.
  • רבי שרגא פייוול דאנציגער פון ראדום.
  • רבי יעקב שמחה בונם דאנציגער.
  • די ווייב פון רבי יצחק מאיר זינגער, רב אין אלעקסאנדער.
  • רבי יחיאל מנחם זינגער. אלכסנדר רבי אין אמעריקע
  • הרב יעקב פייבל זינגער
  • רבי אברהם חיים דאנציגער.
  • רבי ישראל צבי יאיר דאנציגער, אלעקסאנדער רבי אין בני ברק
  • רבי בצלאל יאיר דאנציגער - כ"ה אלול התרצ"ב, פון לאדזש.
  • די ווייב פון רבי יהודה משה טיבערג דאנציגער - כ"ג אדר א התשל"ג, אלעקסאנדער רבי אין ארץ ישראל, דער אמונת משה.
  • רבי אברהם מנחם דאנציגער - י"ז אדר ב התשס"ה, אלעקסאנדער רבי אין ארץ ישראל, דער אמרי מנחם.
  • די ווייב פון רבי אלעזר ליפשיץ
  • מרת מלכה, די ווייב פון רבי ישעיה פון פשעדבארז
                                     

2. דער רבי ר העניך

רבי חנוך העניך הכהן לעווין האט געפירט זיין רביסטיווע אין אלעקסאנדער, אבער ער נישט קיין שייכות צו אלעקסאנדער חסידות. ער איז געווען דער רבי פון די גערער חסידים צווישן דעם חידושי הרי"ם און דעם שפת אמת.