ⓘ משה קוסעוויצקי. משה איז געבוירן אין סמארגאן נעבן ווילנע, היינט בעלארוס ל סיון התרנט צו זיין פאטער אביגדור וואס איז געווען א לערער אויף מוזיק און זיין מוטער אלטע ..

                                     

ⓘ משה קוסעוויצקי

משה איז געבוירן אין סמארגאן נעבן ווילנע, היינט בעלארוס ל סיון התרנ"ט צו זיין פאטער אביגדור וואס איז געווען א לערער אויף מוזיק און זיין מוטער אלטע, א פיאניסטקע און א טאכטער פון א חזן. משהס דריי ברידער – יעקב, דוד און שמחה – זענען אויך געווען באוואוסטע חזנים.

ביי דער עלטער פון 21 האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס חזן אין ווילנע און דריי יאר שפעטער האט ער איבערגענומען דעם אמט פון חזן אין דער טלאמצקע שול אין ווארשע אויפן פלאץ פון גרשון סיראטא, פוילן, וואו ער איז געווען חזן ביז דער קריג.

משה איז אנטלאפן קיין רוסלאנד מיט זיינע ברידער דוד און יעקב. נאכן קריג איז משה צוריק קיין פוילן ביז תש"ז ווען ער האט זיך געצויגן קיין לאנדאן, ענגלאנד און דערנאך אין תש"ז צו די פאראייניגטע שטאטן.

אין תשי"ב איז ער געווארן דער הויפט חזן פון דער "בית-אל" שול אין בארא פארק, ניו יארק, נאך ווען בערעלע חגי האט אפגעזאגט דעם אמט.

ער איז נפטר געווארן ז אלול תשכ"ו און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר המנוחות אין ירושלים.

זיין זון סענדער איז אויך געווען א חזן.

                                     
  • געווארן מיט א מיתה משונה שולחן ערוך אורח חיים תק פ, ב ה תשכ ו משה קוסעוויצקי פון די גרויסע חזנים ה תשל א רבי ראובן מרגליות, מחבר פון מרגליות
  • זענען בארימט און מ זינגט זייערע לחנים ביז היינט, ווי יאסעלע ראזנבלאט, משה קוסעוויצקי און זבולון קווארטין, א ממקומך א כל נדרי א הנני העני ממעש קען
  • דוד קוסעוויצקי ה טבת תרע א 1911 - י ג אב תשמ ה 1985 איז געווען א חזן אין פוילן, ענגלאנד און אמעריקע. דוד קוסעוויצקי איז געבוירן ה טבת תרע א אין סמארגאן
  • תרנ ז - תרס ה דוד רויטמאן תרס ט - תרע ג מרדכי הערשמאן תרע ג - תר ף משה קוסעוויצקי תר ף - תרפ ג ווידעא קליפ פון דעם אמאליגן אידישן לעבן אין ווילנא
  • שטערנדל לייב גלאנץ - דבוירה עלע די שוועסטער בארי - ראמעניע, ראמעניע משה קוסעוויצקי - דער אלטער חזן מישא אלעכסאנדעראוויטש - מוישה עלע מיין פריינד צווייטע
  • ווארשע. פון דארט איז ער אויף די ראט פון משה קוסעוויצקי געפארן קיין ווילנע צו לערנען ביים בארימטן חזן דוד משה שטיינבערג וועלכער האט דארט געהאט א פאסטן